(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די אָנהענגערין פֿון הילערי קלינטאָן, אַ יונגע פֿרױ פֿון אַ געמישטער (האַלב װײַסער, האַלב שװאַרצער) משפּחה, װאָס פֿאַרנעמט זיך אַקאַדעמיש מיט ראַסע און שפּראַך, האָט מודה געװען: „דעם אמת געזאָגט, איז ‘ייִד’ פּשוט נישט קײן בולטע קאַטעגאָריע פֿאַר מיר“. דאָס הייסט, אַז אין פּרינציפּ פֿאַרשטײט זי די קולטורעלע און פֿילאָסאָפֿישע אונטערשײדן צװישן ייִדישקײט און גוייִשקײט, אָבער זי באַמערקט נישט קײן חילוק (עטניש גערעדט) צװישן „װײַסע ייִדן“ און „װײַסע גױים“, אין פּאָליטיק און אין אַלגעמײן. און װאָס שײך דער „װײַסער פּריװילעגיע“, איז דער ייִד אַ גלײַכער יחסן מיטן װײַסן קריסט.
איך בין נישט זיכער, צי עס איז גוט, צי שלעכט, אַז זי דערקענט נישט קײן חילוק צװישן ייִד און קריסט. פֿון אײן זײַט, מײנט עס, אַז זי (צוזאַמען מיט אַנדערע יונגע־לײַט) שאַצט אָפּ די מײנונגען פֿון אַ פּאָליטיקער נישט אױפֿן סמך פֿון זײַן רעליגיעזן אָדער עטנישן הינטערגרונט, נאָר לויט דעם אינהאַלט פֿון זײַנע געדאַנקען. דאָס מוז מען דאָך אָנערקענען װי אײנע פֿון די גרעסטע (מקוים געװאָרענע?) קאָלעקטיװע פּאָליטישע שטרעבונגען פֿון דעם אַמעריקאַנער ייִדנטום. ס׳איז אפֿשר אַ סימן, אַז נישט געקוקט אױף די גרױסע אונטערשײדן אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט צװישן װײַסע און שװאַרצע, איז פֿאָרט פֿאַראַן אַ האָפֿענונג אױף אַ „נאָכראַסעדיקער“ תּקופֿה, װען מענטשן פֿון אַלע קולטורן און נאַציאָנאַליטעטן װעלן האָבן גלײַכע רעכט און געלעגנהײטן אין לעבן.
פֿון דער אַנדערער זײַט, פֿאַרקוקט מען די גװאַלדיקע השפּעה, װאָס די ייִדישע קולטור און דער ייִדישער געדאַנקען־גאַנג האָבן געהאַט אױף סענאַטאָר סענדערסעס פּאָליטישע און מאָראַלישע װערטן. (װעגן דעם האָט גל בעקערמאַן לעצטנס געדרוקט אַן עדיטאָריאַל אין „ניו־יאָרק־טײַמס“, װאָס באַשרײַבט סענדערסן װי אַ „בונדיסט“).
איך געדענק גאַנץ גוט די שטימונג אין 2000, װען די דעמאָקראַטן האָבן נאָמינירט סענאַטאָר יוסף ליבערמאַן פֿאַר װיצע־פּרעזידענט. איך (װי אַ צען־יעריק ייִנגל) האָב געהאַט גרױסע האָפֿענונגען פֿאַר דער צוקונפֿט, אַז איך קען װערן װאָס און װער איך װיל, און נישט דאַרפֿן בשעת־מעשׂה אַװעקװאַרפֿן מײַן אידענטיטעט װי אַ ייִד. איך װײס נישט, צי מע האָט דעמאָלט דערמאָנט סענאַטאָר ליבערמאַנס ייִדישן הינטערגרונט אַזױ אָפֿט, װײַל ער איז געװען (און איז נאָך אַלץ) אַן אָרטאָדאָקס, בשעת סענדערס איז בכלל נישט פֿרום. סע װיל זיך נאָר האָפֿן, אַז סענדערס װאָלט געהאַט פּונקט אַזױ פֿיל הצלחה, װען ער װאָלט געגאַנגען מיט אַ באָרד און קאַפּל — און געמאַכט עקסקלוסיװע אינטערװיוען אױף מאַמע־לשון מיטן „פֿאָרװערטס“.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.