(די 2 טע זײַט פֿון 3)
געוויסע פֿראַזעס, וואָס לאָזן זיך אָפּגעטײַטשט ווערן אויף אַ טיף „אַנטי־גוייִשן‟ אופֿן, שטאַמען פֿון דער פֿינצטערער תּקופֿה, ווען די רוימער האָבן צעשטערט דעם בית־המיקדש און אַכזריותדיק צעטראָטן בר־כּוכבֿאס אויפֿשטאַנד. רבי שמעון בר יוחאי, באַקאַנט ווי דער רשב״י, איז געווען, אַפּנים, דער טיפֿסטער און שאַרפֿסטער שׂונא פֿון די רוימישער אימפּעריע צווישן אַלע תּלמודישע חכמים. אַ פּאָר זײַנע באַקאַנטע אַפֿאָריזמען קאָן מען הײַנט טרעפֿן אויף יעדער אַנטיסעמיטישער וועבזײַט. צום בעסטן איז באַקאַנט דער אַרויסזאָג „טובֿ שבגוים הרוג‟ — „דעם בעסטן גוי זאָלסטו דערהרגענען‟.
ווען מע באַטראַכט דעם קאָנטעקסט און פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן פֿונעם דאָזיקן אויסדרוק, ווערט קלאָר, אַז רבי שמעון האָט געמיינט בלויז די רוימישע סאָלדאַטן און אַנדערע מינים פֿאַרביסענע שׂונאי־ישׂראל. בעת אַ מלחמה דאַרף מען זיך נישט רעכענען, צי אייניקע צווישן די שׂונאים זעען אויס ווי גוטע מענטשן. דער פֿינצטערער שאַרם, וואָס שטעקט אין רבי שמעונס שאַרפֿע ווערטער, רופֿט אָבער אַרויס אַ באַזונדערן „ענטוזיאַזם‟ סײַ בײַ די אַנטיסעמיטן, סײַ בײַ אַזעלכע עקסטרעמע יחידים, ווי דער מחבר פֿון „תּורת־המלך‟.
די צווייטע באַקאַנטע פֿראַזע קלינגט מער אַבסטראַקט־פֿילאָסאָפֿיש, אָבער למעשׂה איז זי נאָך מער פּראָבלעמאַטיש, ווײַל נישט ווייניק פֿרומע ייִדן נעמען זי אָן ווי אַ פּראַקטישן וועלט־באַנעם. רבי שמעון זאָגט: „אַתּם קרויים אָדם — ואין עכּו״ם קרויים אָדם‟ — איר הייסט מענטשן, אָבער די געצנדיקער הייסן נישט קיין מענטשן. דאָ גייט די רייד, דערצו אין זייער אַ ספּעציפֿישן קאָנטעקסט, וועגן די אַמאָליקע עכטע עובֿדי־עבֿודה־זרה און נישט וועגן די קריסטן אָדער מוסולמענער, וועלכע זענען אין יענער תּקופֿה נאָך בכלל נישט געווען בנימצא. פֿונדעסטוועגן, האָט מענדל בייליס געדאַרפֿט זיך ווענדן צו אַ רבֿ, כּדי צו פֿאַרענטפֿערט די קשיא פֿון אַ רוסישן ריכטער וועגן דעם פּשט פֿון די דאָזיקע תּלמודישע ווערטער.
דער געוויינטלעכער תּירוץ איז, אַז דאָס וואָרט „אָדם‟ באַצייכנט אַ געוויסן טיפּ מענטשן, וואָס ווײַזן אַרויס אַ באַזונדער מין אַחדות צווישן זיך אָדער אַ טיפֿערע פֿאַרבינדונג מיט רוחניות, וואָס דריקט זיך אויס דווקא בײַ ייִדן. אַזאַ געדאַנק קאָן אָבער אויך פֿירן צו שאָוויניסטישע אויספֿירן. דערצו, זעען מיר דאָך, אַז עס האָט זיך אָפּגעפֿונען דער דערמאָנטער צעווילדעוועטער ראָש־ישיבֿה, וועלכער האָט אָנגענומען אַ גאַנצע ריי קאָנטראָווערסאַלע „אַנטי־גוייִשע‟ תּלמודישע אויסדרוקן ווי אַ הלכה־למעשׂה. בעת דעם בייליס־פּראָצעס וואָלט דער ריכטער זיך זיכער פּאָסמאַקעוועט מיט שאַפּיראַס חידושים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.