(די 3 טע זײַט פֿון 3)
הרבֿ ישׂראל ליפֿשיץ דערקלערט אין זײַן משנה־פּירוש „תּפֿראת־ישׂראל‟, אַז אַ ייִד הייסט „אָדם‟ און אַ גלייביקער נישט־ייִד — אַ קריסט צי אַ מוסולעמנער — „האָדם‟, מיט אַ באַשטימטן אַרטיקל. ביידע מינים מענטשן האָבן מעלות איינער לגבי דעם צווייטן. מיט די אַנדערע ווערטער, האָבן רבי שמעונס ווערטער צו טאָן בלויז מיט די גראַמאַטישע פּרטים פֿונעם וואָרט „אָדם‟. דער דאָזיקער פּירוש איז זייער אַלט און שטאַמט נאָך פֿון „תּוספֿות‟.
ס׳איז כּדאַי אויך צוצוגעבן, אַז אין דער גמרא קאָן מען טרעפֿן ענלעכע אויסדרוקן לגבי אַ צאָל אַנדערע גרופּעס. אַן אָרעמער קבצן אָדער אַן עלנטער מאַן אָן אַ פֿרוי איז אויך „נישט קיין מענטש‟. די שאַרפֿע תּלמודישע אַפֿאָריזמען זענען נישט אַלעמאָל פּאָליטיש קאָרעקט און מע מוז זיי נישט אָננעמען כּפּשוטו.
פֿון דער צווייטער זײַט, האָט הרבֿ אַבֿרהם־יצחק קוק, וועלכער דינט ווי אַ מוסטער און קוואַל פֿון חכמה פֿאַר אַ סך פֿרומע ייִדן, געשריבן, אַז הבֿדל צווישן ייִדן און אַפֿילו דעם בעסטן גוי איז „טיפֿער און גרעסער‟, ווי דער חילוק צווישן אַ מענטש און אַ בהמה. דער ליובאַוויטשער רבי איז געגאַנגען נאָך ווײַטער און געזאָגט, אַז ייִדן און גויים קאָן מען בכלל נישט פֿאַרגלײַכן, ווײַל אין אַ ייִדישער נשמה שטעקט קדושה און געטלעכקייט, אָבער בײַ די אַנדערע פֿעלקער — נישט.
אין דער אמתן, איז דאָס חב״ד־חסידות נישט אַזוי פּרימיטיוו. די ליובאַוויטשער רביים האָבן באַטאָנט, אַז צווישן ייִדן טרעפֿן זיי יחידים מיט גוייִשע נשמות, און צווישן די גויים — מיט די ייִדישע. פֿונדעסטוועגן, איז צווישן די הײַנטיקע ליובאַוויטשער פֿאַרשפּרייט די אמונה, אַז ייִדן זענען אָן אַ שיעור בעסער, ווי די איבעריקע וועלט.
די דאָזיקע בײַשפּילן ווײַזן, אַז די טעמע בלײַבט אַקטועל. קעלנערס לאָגיק לײַדט אָבער פֿון אַ גרויסן חסרון. ער שאַפֿט אַן אײַנדרוק, אַז די ייִדישע וועלט באַשטייט בלויז פֿון „אויפֿגעקלערטע‟ ראַציאָנאַליסטן און „פֿינצטערע‟ טיפּן, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט קבלה. דאָס איז זיכער נישט אמת. אין דער געשיכטע פֿון קבלה און חסידות געפֿינען מיר אַ סך אוניווערסאַליסטישע מיסטיקער און צדיקים, אַרײַנגערעכנט דעם גרויסן איטאַליענישן מקובל רבי מנחם־עזריה מפֿאַנו און רבי נחמן בראַצלעווער, וועלכער האָט געגלייבט, אַז בעצם זענען אַלע מענטשן גלײַך און צום סוף וועלן אַלע ווערן ייִדן.
און וואָס שייך רבי שמעונס שאַרפֿע ווערטער, וואָס הילכן נאָך אַלץ אויף דער ייִדישער גאַס, דאַרף מען זיך נישט פֿון זיי שעמען אָדער אויסבאַהאַלטן. אַדרבה, ס׳כּדאַי זיך צו דערמאָנען, פֿאַרוואָס דער דאָזיקער ייִדישער חכם האָט אַזוי פֿײַנט געהאַט די רוימער. לויט רבי שמעון, זענען זיי געווען עגאָיִסטן און האָבן אויסגעבויט זייער ציוויליזאַציע בלויז פֿאַר זיך, צוליב עגאָיִסטישע מאָטיוון. ווען עמעצער מיינט, אַז בלויז ער איז אַ מענטש און באַטראַכט די נישט־ייִדישע שכנים ווי „בהמות‟, צוזאַמען מיט די זיבן מיליאַרד תּושבֿים פֿון אונדזער פּלאַנעט, קאָן ער אַליין, נעבעך, ווערן אַ בהמה. אָט אַזאַ פּשט, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, בלײַבט גאָר אַקטועל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.