ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published February 22, 2016, issue of March 18, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אַ סך קורסן פֿון ייִדישע שטודיעס ווערן געלייענט אין די אוניווערסיטעטן

דאָס נײַע יאָר הײבט זיך אָן פֿאַר די אוניװערסיטעט־סטודענטן אין אױסטראַליע סוף פֿעברואַר. קורסן אין ייִדישע שטודיעס װערן געלײענט אין מאָנאַש־ און מעלבורן־אוניװערסיטעטן, אין מעלבורן און אין סידנעיער אוניװערסיטעט. די קורסן נעמען אַרום די טעמעס פֿון ייִדישע און העברעיִשע שפּראַכן, ייִדישע געשיכטע, חורבן, מדינת־ישׂראל און אַנדערע פֿאַר ביז גראַדויִר־סטודענטן. די גראַדויִר־סטודענטן קענען אױסװײלן צװישן קורסן אין די קאַטעדריעס פֿון ייִדישע שטודיעס, געשיכטע און ליטעראַטור.

אַ נײַע לײבאָר־רעזאָלוציע װעגן מדינת־ישׂראל און די פּאַלעסטינער

אַ נײַע רעזאָלוציע װעגן מדינת־ישׂראל און די פּאַלעסטינער איז אָנגענומען געװאָרן אױף דער לײבאָר שטאַטישער קאָנפֿערענץ, װאָס איז ערשט פֿאָרגעקומען אין ניו־סאַוט װײלס. די רעזאָלוציע רעקאָמענדירט, אַז די מלוכה־לײט, װעלכע באַזוכן די מדינה זאָלן אױך באַזוכן דעם מערבֿ־ברעג; עפּעס װאָס איז אײַנגעאָרדנט פֿאַר אַלע, װעלכע פֿאָרן, אַ דאַנק דער ברײטהאַרציקײט פֿון אױסטראַלישע ייִדישע און ציוניסטישע אָרגאָניזאַציעס שױן פֿון לאַנג. די אָנטײלנעמער אין דער קאָנפֿערענץ זאָגן, אַז די קאָנפֿערענץ איז געװען אַ מעסיקע און האָט געלױבט די נײַע רעזאָלוציע. די פֿאָרשטײער פֿון לאָקאַלע ייִדישע און ציוניסטישע אָרגאָניזאַציעס האָבן געלױבט די רעזאָלוציע און די, װעלכע האָבן זי אָנגעשריבן.

פֿילאַטעליסט מאַקס שטערן געשטאָרבן צו 95 יאָר

מאַקס שטערן
מאַקס שטערן

דער פֿילאַטעליסט און פּאַטריאָט פֿון אײראָפּעיִשן פֿוסבאָל, מאַקס שטערן, איז געשטאָרבן אין מעלבורן אין עלטער פֿון 95 יאָר. שטערן איז געבױרן געװאָרן אין סלאָװאַקיע און האָט אָנגעהױבן פֿאַרקױפֿן מאַרקעס בעת זײַנע סטודענטישע יאָרן. אַז די נאַציס האָבן פֿאַרװערט ייִדן צו האַלטן געשעפֿטן אין זײַן הײמלאַנד, האָט ער איבערגעגעבן דאָס געשעפֿט צו אַ נישט־ייִדן, װאָס האָט אײַנגעהאַנדלט געפֿעלשטע פּאַפּירן פֿאַר אים.