ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published February 29, 2016, issue of March 18, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

יערלעכער פֿאָטאָגראַפֿיע־פֿאַרמעסט פֿון „די אױסטראַלישע ייִדישע נײַעס“

אלי האָכבערג
Facebook
אלי האָכבערג

יאָר־יערלעך פֿירט די אױסטראַליש־ייִדישע װאָכנשריפֿט „די אױסטראַלישע ייִדישע נײַעס“ אָן מיט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע־פֿאַרמעסט, װאָס פֿאַרבעט די לײענער אַרײַנצושיקן די בעסטע פֿאָטאָגראַפֿיעס זײערע, װעלכע שפּיגלען אָפּ זײערע זומער־װאַקאַציעס אָדער פֿעריען.

דער הײַיאָריקער געװינער פֿונעם פֿאַרמעסט איז אלי האָכבערג, אַ גראַפֿישער דיזײַנער פֿון סידנעי. ער האָט אױפֿגענומען די פּרעמירטע פֿאָטאָ אין דרום־אַמעריקע. האָכבערג האָט געװוּנען דער צײַטונגס „זונפֿאַרגאַנג“־פֿאַרמעסט מיט דרײַ יאָר צוריק מיט אַ פֿאָטאָ, װאָס ער האָט אױפֿגענומען אין ניו־יאָרק.

דער הײַיאָריקער געװינער פֿונעם „זונפֿאַרגאַנג“־פֿאַרמעסט איז דער סידנעיער סטודענט אַריאל מעקלער־פּלד. מעקלער־פּלדס פֿאָטאָ איז אױפֿגענומען געװאָרן אױף אַ תּל־אָבֿיבֿער פּלאַזשע.

ראובֿן ריװלין װעט נישט באַזוכן אױסטראַליע

דער פּרעזידענט פֿון מדינת־ישׂראל, ראובֿן ריװלין, האָט געדאַרפֿט באַזוכן אױסטראַליע במשך פֿונעם חודש מאַרץ. ער האָט געדאַרפֿט זיך אָפּשטעלן אין מעלבורן, סידנעי און קאַנבערע. ריװלין האָט זיך געזאָלט טרעפֿן מיט אױסטראַליעס גאָװערנאָר־גענעראַל, דעם פּרעמיער־מיניסטער און אַנדערע מלוכה־לײַט אין דער אױסטראַלישער הױפּטשטאָט. דאָס האָט געדאַרפֿט זײַן דאָס דריטע מאָל, װאָס אַ פּרעזידענט פֿון דער מדינה זאָל באַזוכן אױסטראַליע. ריװלין אַלײן איז פֿריִער געװען צו גאַסט אין אױסטראַליע.