(די 2 טע זײַט פֿון 2)
פֿאָרשטײער פֿון די מעלבורנער און סידנעיער חורבן־מוזעומס האָבן אױסגעדריקט זײער מיטלײד אױפֿן פֿאַרלוסט פֿונעם לעצטן לעבן־געבליבענעם ייִד, װאָס האָט איבערגעלעבט דעם נאַצישן לאַגער אין טרעבלינקע, שמואל װילענבערג. װילענבערג, װאָס איז געװאָרן אַ סקולפּטאָר אין מדינת־ישׂראל, װוּ ער האָט זיך באַזעצט נאָכן חורבן, איז געבױרן געװאָרן אין טשענסטאַכאָװ מיט 93 יאָר צוריק. װילענבערג האָט אָנטײלגענומען אינעם אױפֿשטאַנד אין טרעבלינקע, װאָס האָט באַפֿרײַט אַן ערך 200 געפֿאַנגענע.
װילענבערגס אַלמנה, אַדה, אַרבעט מיט מיט דער משפּחה פֿון אַ צװײטן געװעזענעם טרעבלינקע־קאַצעטלער, חײם שטײַער (געשטאָרבן אין מעלבורן אין 2008 אין עלטער פֿון 98 יאָר), צו זאַמלען געלט, כּדי אױפֿצובױען אַ דערציִונגס־צענטער לעבן דעם געװעזענעם לאַגער־אָרט טרעבלינקע. די פּױלישע רעגירונג בײַשטײַערט זיך מיטן לאַנד פֿאַרן צענטער.
שטײַער האָט אױפֿגעבױט אַ מאָדעל פֿון טרעבלינקע, װאָס געפֿינט זיך אינעם מעלבורנער חורבן־צענטער אין עלסטערנװיק. ער האָט אױך אױפֿגעבױט אַ מאָדעל פֿון דער אַמאָליקער טשענסטאַכאָװער שיל, װאָס איז רעמאָנטירט געװאָרן פֿון װילענבערגס פֿאָטער, פּרץ, פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה. שטײַערס טאָכטער, אַ פֿרײַ־װיליקער אַרבעטער בײַם מעלבורנער חורבן־צענטער, האָט געמאָלדן, אַז די שיל־מאָדעל װערט איצט רעמאָנטירט, אײדער זי גיט זי איבער אינעם רשות פֿונעם מעלבורנער חורבן־צענטער. שטײַער איז אױך געװען אַ טשענסטאַכאָװער און האָט אױך אָנטײלגענומען אינעם אױפֿשטאַנד אין טרעבלינקע, כאָטש ער האָט זיך קײן מאָל נישט באַקענט מיט װילענבערגן.
דער דירעקטאָר פֿונעם סידנעיער חורבן־צענטער האָט אױסגעדריקט מיטלײד צו װילענבערגס משפּחה, און האָט אונטערגעשטראָכן, אַז דאָס אַװעקגײן אין דער אײביקײט פֿון די לעצטע פֿון דער שארית־הפּליטה, איז דער אָנהײב פֿון אַ נײַער תּקופֿה, װען מע װעט נאָר קענען הערן װעגן די געשעענישן פֿון יענער צײַט פֿון די רעקאָרדירטע אינטערװיוען. ער האָט גערופֿן אַלעמען צו באַזוכן די חורבן־מוזעומס איצטער און צו הערן די פֿאַקטן פֿונעם חורבן דירעקט פֿון די לעבן־געבליבענע כּל־זמן דאָס װעט נאָך מעגלעך זײַן.
דער מעלבורנער ביאַליק־קאָלעדזש, דער שלום־עליכם קאָלעדזש, די דוד המלך שול און דער סידנעיער מסדה־קאָלעדזש זײַנען אַלע געװאָרן מיטגלידער פֿון דער אױסטראַלישער קאָאַליציע פֿאַר זיכערע טאָגשולן, װאָס שטיצט אונטער די רעכט פֿון אַלע תּלמידים און תּלמידות, מיטגלידער פֿון דער להב״ט סבֿיבֿה אַרײַנגערעכנט, צו פֿילן זיך עמאָציאָנעל, געזעלשאַפֿטלעך און פֿיזיש זיכער אין זײערע טאָגשולן.
דערצו האָט דער ביאַליק־קאָלעדזש אָפֿן אױסגעדריקט זײַן אונטערשטיצונג פֿון אַן ענדערונג צום קאָמאָנװעלט־געזעץ, װאָס װאָלט דערמעגלעכט, אַז אַלע דערװאַקסענע זאָלן מעגן חתונה האָבן, נישט געקוקט דערױף, צי בײדע מיטגלידער פֿון אַ פּאָר זײַנען פֿונעם זעלבן געשלעכט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.