(די 3 טע זײַט פֿון 3)
צום באַדויערן, פֿירן זיך אויף אַ טייל פֿון אונדזערע חרדישע ברידער ווי די אמתע גאָטס־קאַזאַקן, ספּעציעל אין די עראָפּלאַנען, וואָס מע רופֿט אינעם הײַנטיקן חרדישן ייִדיש „פֿליגערס‟. ומעשה שהיה כּך היה. אַ יונגער ישׂראלדיקער חרדי האָט זיך אויפֿגעפֿירט ווי אַ פּרא־אָדם בשעתן פֿלוג פֿון וואַרשע קיין תּל־אָבֿיבֿ. די סיבה: דער פֿילם וואָס מען האָט געקאָנט זען אינעם „אל־על‟־פֿלוג, איז געווען לויט אים נישט גענוג צניעותדיק. דער ווילדער חרדי האָט נישט בלויז פּראָטעסטירט, נאָר טאַקע צעשמעטערט צוויי עקראַנען; און וואָלט מסתּמא ממשיך געווען, ווען די סטואַרדן וואָלטן אים נישט אָפּגעשטעלט. אויפֿן בן־גוריון פֿלי־פֿעלד האָט שוין געוואַרט אויף אים די פּאָליציי.
צום באַדויערן, גלעט מען אונדזערע גראָבע גאָטס קאָזאַקן מיט די הערעלעך אַראָפּ. זיי ווייסן, אַז קיין האַרבע שטראָף וועלן זיי נישט באַקומען פֿאַר זייערע מעשׂים. בכלל, איז אַ קשיא אויף אַ מעשׂה. אויב מען וויל נישט זען קיין פֿילמען, קען מען דאָך פֿליִען מיט „וויז־אייר‟, למשל. ס׳איז דרײַ מאָל ביליקער און אַפֿילו די שעהען זענען באַקוועמער.
קינד־און־קייט ווייסן, אַז די „אל־על‟־געזעלשאַפֿט האָט אַ פֿילם־פּראָגראַם פֿאַר אירע פּאַסאַזשירן. נישט נאָר „וויז־אייר‟, נאָר אויך „לאָט‟, די פּוילישע פֿלוג־געזעלשאַפֿט, ווײַזט נישט קיין פֿילמען אויף דער וואַרשע־תּל־אַבֿיבֿ־ליניע. איז פֿאַר וואָס מוזן די חרדים פֿליִען דווקא מיט „אל־על‟?
אַגבֿ, ווען איך בין געווען יונג, האָב איך זעלטן ווען געזען, אַז די חרדים זאָלן געווען עפֿענען אַ תּלמוד און לערנען בחבֿרותא אַ בלאַט גמרא אין אַ פֿלי־פֿעלד אָדער אויף אַ פֿלוג; זיי האָבן דווקא אַ טבֿע צו פֿליִען אין גרופּעס. הייסט עס, אַז די לאַנגע שעהען, וואָס זיי פֿאַרברענגען בײַם פֿליִען זענען, רחמנא ליצלן, אָפֿט מאָל נישט אַנדערש ווי ביטול־תּורה. אַז סע גייט שוין אַ רייד וועגן ביטול־תּורה, וואָס איז שוין די נפֿקא־מינא, אויב ס’איז אַ קאָמפּיוטער־שפּיל אָדער אַ פֿילם?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.