מיט אַ יאָר צוריק, האָט זיך אין נהריה, בײַם האָטעל „גלעד‟, געעפֿנט דער ייִדיש־קלוב „מאַמע־לשון‟, געגרינדעט דורך דעם אַבסאָרבציע־אָפּטייל בײַ דער שטאָטישער מוניציפּאַליטעט. די דירעקטאָרין פֿונעם האָטעל, מאַרינע איידענמאַן און איר פֿאַרטרעטער פֿון קולטור־ענינים, מאַרינע גאַראַביאַן, האָבן אויך געשפּילט אַ ראָלע אינעם שאַפֿן אָט דעם קלוב.
אין מײַן פֿאַראַיאָריקן אַרטיקל האָב איך שוין דערציילט וועגן דער טעטיקייט פֿונעם קלוב, ווי אויך וועגן די אָרטיקע ייִדיש־ענטוזיאַסטן, וואָס פֿאַרזאַמלען זיך אינעם דאָזיקן אָרט, וווּ עס הערשט אַ יום־טובֿדיקע אַטמאָספֿער. לכתּחילה, האָבן זיך אינעם קלוב באַטייליקט די פּענסיאָנערן, וואָס וווינען אינעם האָטעל „גלעד‟. במשך פֿון דער צײַט האָבן זיך אָבער אָנגעשלאָסן אינעם קלוב אַ צאָל תּושבֿים פֿון דער שטאָט, ווי אויך פֿון אַנדערע ערטער, וועלכע זענען געווויר געוואָרן וועגן די ייִדיש־אונטערנעמונגען פֿון דעם ראַדיאָ.
ווי אַ רעזולטאַט, האָבן די פֿאַרוואַלטער פֿונעם קלוב באַקומען אַ פֿאַרבעטונג צו עפֿענען אַן ענלעכע אונטערנעמונג אין נשר, אַ פֿאָרשטאָט פֿון חיפֿה. די רעגירונג האָט אונדז צוגעזאָגט צו העלפֿן מיט ביכער, לעקטאָרן און זינגער.
נישט לאַנג צוריק, אין יאַנואַר, האָט די פֿאַרוואַלטונג פֿונעם האָטעל פֿאָרגעלייגט דורכצופֿירן די ייִדיש־אונטערנעמונגען יעדע וואָך; פֿריִער זענען זיי פֿאָרגעקומען צוויי מאָל אַ חודש. דעם ערשטן יוביליי פֿון אונדזער קלוב האָבן מיר געפּראַוועט מיט עטלעכע טעג צוריק אין „אַרט־קאַפֿע‟, וווּ דער עלטסטער אַקטיוויסט פֿון אונדזערע באַגעגענישן, חנן פּרופּעס, איז אויפֿגעטראָטן ווי דער הויפּט־אַרטיסט. דער זאַל פֿונעם האָטעל איז געווען געפּאַקט.
חנן פּרופּעס איז אַן אוניקאַלע פּערזענלעכקייט. אַ געבוירענער אינעם שטעטל נאָוואָזיבקאָוו, אַמאָל אַ באַקאַנט ייִדיש שטעטל אין דער בריאַנסקער געגנט פֿון רוסלאַנד, בלײַבט ער בײַם קלאָרן שׂכל און זינגט מיט אַ מעכטיקן באַריטאָן, נישט קוקנדיק אויפֿן בכּבֿודיקן 92־יאָריקן עלטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.