(די 2 טע זײַט פֿון 3)
אין מאָסקווע וועט זיך באַווײַזן אַ גאַס אויף מאַרק שאַגאַלס נאָמען. אַזאַ פּלאַן האָט דערקלערט הײַנט דער בורגמײַסטער פֿון מאָסקווע, סערגיי סאָביאַנין. מע פּלאַנירט איבערצובויען די טעריטאָריע פֿון אַ געוועזענער פֿאַבריק, ניט ווײַט פֿונעם שטאָט־צענטער, און אָנצורופֿן די פּראָיעקטירטע ברעג־גאַס אויף שאַגאַלס נאָמען. דער גאַנצער איבערבוי־פּראָיעקט וועט אָנגיין אין משך פֿון אַן ערך 10 יאָר.
דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ הייבט אָן אַ נײַעם ציקל באַגעגענישן — „אַ פֿרוי אַ שוועסטער‟. די רייד גייט וועגן דערציילונגען פֿון „בראשית‟, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט די אָבֿות אַבֿרהם און יצחק, זייערע פֿרויען און קינדער, און די באַציִונגען צווישן זיי. די באַגעגענישן שליסן אײַן קאָמענטאַרן צום תּנכישן טעקסט (אָנגעפֿירט פֿון סעמיטאָלאָג יעקבֿ איידערלקינד) און אַ רעפֿעראַט וועגן דער אָפּשפּיגלונג פֿון דעם אַנאַליזירטן סיפּור־המעשׂה אין דער אייראָפּעיִשער קונסט, געהאַלטן פֿון דילשאַט כאַרמאַן, קונסט־פֿאָרשערין. די ערשטע באַגעגעניש ווערט דורכגעפֿירט מיטוואָך, דעם 2טן מערץ, און איז געווידמען די דרײַ עפּיזאָדן, אין וועלכע אַבֿרהם אָבֿינו און יצחק אָבֿינו שטעלן זייערע פֿרויען פֿאָר ווי זייערע שוועסטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.