(די 3 טע זײַט פֿון 3)
אין דעם ייִדישן סטודענטישן קלוב „הלל‟ איז מיטוואָך, דעם 2טן מערץ, פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש, געווידמעט דער ייִדישער שפּראַך. דעם רעפֿעראַט וועגן דער געשיכטע און סאָציאָלינגוויסטיק פֿון ייִדיש האָט געהאַלטן יעקאַטערינאַ קאַראַסיאָוואַ, אַ ייִדיש־קענערין און לערערקע פֿון מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט.
אין ייִדישן קלוב „180 מעטער‟ אין מאָסקווע איז אָרגאַניזירט געוואָרן אַ באַגעגעניש מיטן פּסיכאָלאָג אַלכּסנדר סאַוויצקי און דעם אַקטיאָר מאַקסים פּינסקער. זיי האָבן גערעדט מיט דער ייִדישער יוגנט וועגן דעם שאָדן פֿון אַלקאָהאָל און נאַרקאָטיקעס. דער שמועס — אין גאָר אַ סאָוועטישן סטיל — איז אַ טייל פֿון דער נײַער פּראָגראַם פֿון דעם רוסישן חב״ד, צו פּראָפּאַגאַנדירן דאָס געזונטע לעבן און פֿירן דעם קאַמף קעגן אַלקאָהאָליזם און נאַרקאָמאַניע.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: עס איז אַרויסגעגעבן געוואָרן אַ נײַער כּשרות־צערטיפֿיקאַט. באַקומען אים האָט די קיך פֿון דער וווילטעטיקער־אָרגאַניזאַציע „ביקור־חולים מאָסקווע‟, וואָס צעטיילט הייס עסנוואַרג צו די ייִדן, וואָס ליגן אין די שפּיטאָלן און צו זייערע משפּחות, אויב דער קראַנקער האַלט די משפּחה אויס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.