(די 2 טע זײַט פֿון 3)
אינעם יאָר 2008 האָט אַ מוסולמענישער עקסטרעמיסט דערשאָסן אין רײַדאַ דעם אָרטיקן מגיד־שיעור און שוחט, משה יעיש אַל־נהרי, אַ טאַטע פֿון 9 קינדער. דאָס געריכט האָט באַשטעטיקט, אַז דער מערדער איז געווען אַ משוגענער, וועלכער האָט אויך דערהרגעט זײַן אייגענע פֿרוי. ס׳זעט אויס, אַז ער איז נישט געווען אַ מיטגליד פֿון אַן אָרגאַניזירטער טעראָריסטישער גרופּע. די תּימנער רעגירונג האָט פֿאַראורטיילט דעם מערדער צום טויט. דער אינצידענט האָט אָבער שטאַרק אויפֿגערודערט די אָרטיקע ייִדן.
ס׳זעט אויס, אַז די אויפֿשטענדלער, בראָש מיט הוסיין באַדרעדין אַל־הוסי, נאָך וועלכן זיי רופֿן זיך אָן „הוסיטן‟, אָנערקענען דעם חילוק צווישן ייִדן און ציוניזם ווי אַ פּאָליטישע שיטה. דאָס שײַכות צו די אַנטי־ציוניסטישע סאַטמאַרער חסידים העלפֿט זיכער דער ייִדישער קהילה. די פֿראַזע „אַ קללה אויף ייִדן‟ שטייט אָבער געשריבן אויף די אָפֿיציעלע פּלאַקאַטן פֿון דער באַוועגונג, וואָס באַטראַכט זיך ווי אַ שיִיִטישע. ס׳רובֿ שיִיִטן אַרום דער וועלט, אַרײַנגערעכנט די איראַנער, באַציִען זיך אָבער צו דער דאָזיקער מיליטאַנטישער גרופּע מיט אַ חשד. אַזוי צי אַזוי, גלייבן די אויפֿשטענדלער, אַז די ייִדישע רעליגיע איז בעצם אַ „פֿאַרקריפּלטע‟. אויב אַפֿילו זיי פּלאַנירן נישט קיין פֿיזישע אַנטיסעמיטישע אַטאַקן, שאַפֿן זיי אין תּימן אַ קלימאַט, וווּ ס׳איז גאָר אומעטיק צו פֿירן אַ ייִדיש לעבן, שוין אָפּגערעדט פֿון דער געפֿערלעכער אָרעמשאַפֿט און אָנגייענדיקער בירגער־קריג אינעם לאַנד.
אין פּרינציפּ, וואָלטן די תּימנער ייִדן געקאָנט היטן ווײַטער זייערע אייגנאַרטיקע קולטור אין אַנדערע לענדער. די סאַטמאַרער חסידים, וואָס פּרוּוון זיי צו העלפֿן, האָבן דאָך אָפּגעהיט אויף אַן אייגענעם שטייגער די מיזרח־אייראָפּעיִשע אַשכּנזישע קולטור נאָכן חורבן, און געשאַפֿן אַ נײַעם מין ייִדישלאַנד אין צפֿון־אַמעריקע און מערבֿ־אייראָפּע. צום באַדויערן, ווערן די „סאַטמאַריזירטע‟ תּימנער ייִדן אַסימילירט אין דער אַשכּנזישער קולטור. הײַנט טרעפֿן זיך אין אַמעריקע יונגע ייִדן מיט אַ טונקל פּנים, וואָס קענען גאַנץ גוט ייִדיש, אָבער די מסורה פֿון זייערע מיזרחדיקע אָבֿות האָבן זיי פֿאַרלוירן.
ס׳רובֿ ייִדן, וואָס שטאַמען פֿון תּימן, וווינען הײַנט אין ארץ־ישׂראל. ווען די ערשטע כוואַליע תּימנער עולים איז אָנגעקומען אין 1949—1950, האָבן זיי כּסדר געליטן פֿון דערנידעריקונגען און געצוווּנגענער אַסימילאַציע. די אייראָפּעיִשע ציוניסטן האָבן אויף זיי געקוקט ווי אויף „ווילדע אַראַבער‟, וואָס מע מוז סעקולאַריזירן און „אויסמענטשלען‟. לויטן העברעיִשן דאָקומענטאַר „ילדי הגזזת‟, זענען טויזנטער עולים פֿון אַראַבישע לענדער, אַרײַנגערעכנט תּימן, אומגעקומען בעת די צווייפֿלהאַפֿטיקע און סכּנותדיקע מעדיצינישע עקספּערימענטן מיט רענטגען־שטראַלן. אַ טייל תּינמער קינדער זענען אין יענער תּקופֿה אויך צוגעגנבֿעט און אַסימילירט געוואָרן בגוואַלד דורך די וועלטלעכע אַסימילאַנטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.