ידיעות פֿון וואַרשע

News from Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published March 22, 2016, issue of April 15, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

ווי ווײַט עפֿעקטיוו איז די ישׂראל־אַמבאַסאַדע?

אַנאַ אזרי
אַנאַ אזרי

לויט אַ נײַער אַנקעטע, האַלט כּמעט יעדער צווייטער פּאָליאַק, אַז מדינת־ישׂראל איז אַגרעסיוו און אַפֿילו געפֿערלעך פֿאַרן וועלט־שלום. מער ווי אַכציק פּראָצענט פּאָליאַקן האַלטן, אַז ישׂראל איז אַ טיף רעליגיעזע מלוכה.

פֿאַרשטייט זיך, אַז ווער ס׳איז געווען אין וואַרשע און אין תּל־אָבֿיבֿ ווייסט, אַז דאָס רובֿ תּל־אָבֿיבֿער גייען שבת צום ים, בשעת די קירכן אין וואַרשע זענען זונטיק פֿיל געפּאַקט מיט מענטשן. פֿון די פּוילישע שטעטלעך און דערפֿער איז שוין אָפּגערעדט.

נאָך איין פֿאַקט: אין ישׂראל לערנט מען נישט קיין רעליגיע אין די מלוכישע שולן, בשעת אין פּוילן לערנען זיך די קינדער אין די מלוכישע שולן פֿיר מאָל אַ וואָך רעליגיע מיט א גלח אָדער אַ מאָנאַשקע.

אָבער נישט דאָס בין איך אויסן. וואָס בין איך יאָ אויסן? די דאָזיקע אַנקעטע האָט באַשטעלט די ישׂראל־אַמבאַסאַדע אין וואַרשע. והיוצא מזה? אַנאַ אזרי, די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדאָרין האַלט, און די אנקעטע באַווײַזט עס, אַז די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדעס בכלל און די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע אין וואַרשע בפֿרט נייטיקן זיך אין גרעסערע בודזשעטן, כּדי צו פֿאַרבעסערן דעם אימאַזש פֿון ישׂראל אין דער פּוילישער עפֿנטלעכקײט.

די צרה איז, אַז נישט אַלץ איז אַ פֿראַגע פֿון געלט.

למשל: טרעפֿט וויפֿל שעה אַ טאָג איז די ישׂראל־אַמבאַסאַדע אין וואַרשע אָפֿן? דער ענטפֿער איז — 3 שעה, אַחוץ, פֿאַרשטייט זיך, פּוילישע, ייִדישע און ישׂראלדיקע יום־טובֿים. און וויפֿל שעה אַ טאָג איז אָפֿן, לאָמיר זאָגן, די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין וואַרשע? דער ענטפֿער איז — אַכט מיט אַ האַלב שעה.