אַ שלעכט־פּלאַנירטע הויפּטשטאָט

A Poorly Designed Capital


פֿון לייזער בורקאָ

Published March 24, 2016, issue of April 15, 2016.

אַ מענטש קען זיך פֿילן קליין אין דער גרויסשטאָט, אַרומגערינגלט מיט די ריזיקע בנינים און מיט די מאַסן מענטשן. אָבער אַפֿילו די גרויסשטאָט קען ווערן היימיש פֿאַרן יחיד, אַבי ס׳איז געמאַכט לויט דער מענטשלעכער מאָס — פּונקט אַזוי ווי עס פֿילט זיך אין דער היים די קליינע מוראַשקע אין דער ריזיקער מוראַשקע־קאָלאָניע, מיט די אַלע ענגע טונעלן און היילן אונטער דער ערד — ווײַל ס׳איז אַלץ געמאַכט לויטן מוראַשקעס מאָסשטאַב. אין ניו־יאָרק פֿאַרברענג איך אַ סך צײַט אין טונעלן און היילן, פֿאָרנדיק מיטן „סאָבוויי‟, און טראָגנדיק אויפֿן רוקן אַ סך פּראָוויאַנט (געוויינטלעך, פֿון „טריידער דזשאָו׳ס‟).

די אַמעריקאַנער הויפּטשטאָט, וואַשינגטאָן, וווּ איך האָב איצט פֿאַרבראַכט אַ פּאָר טעג, איז אַ שטאָט, וואָס איז אַ סך קלענער פֿון ניו־יאָרק, אָבער אַ סך ווייניקער היימיש, ווײַל ס׳איז דווקא ניט געבויט לויט דער מענטשלעכער מאָס. פֿון איין זײַט, איז וואַשינגטאָן מאָדנע קליינשטעטלדיק: אַפֿילו גלײַך לעבן דעם קאַפּיטאָל זײַנען די גאַסן פֿול מיט קליינע הײַזער, מיט לאָנקעס און גערטנער און הינטעלעך, גאָר ניט מעשׂה גרויסשטאָט. גיין פֿונעם קאַפּיטאָל ביז צום צענטראַלן וואָקזאַל „יוניאָן סטיישן‟ איז אַ שפּאַציר פֿון צען מינוט. מע גייט אַרויס פֿונעם סענאַט אָדער פֿונעם העכסטן געריכט און מע טרעפֿט גלײַך אין אַ קליין שטעטל, לעבן אַן אַלטן קאַפֿע און אַ ווינקלדיקער ביכערקראָם — אַ סצענע, וואָס בײַ אונדז וואָלט זיך עס אפֿשר געפֿונען אויף סטאַטען־אײַלאַנד.

אַפֿילו דאָס באַרימטע „ווײַסע הויז‟, וואָס זעט אויס אַזוי אימפּאָנירנדיק אויף דער טעלעוויזיע, וואַרפֿט זיך כּמעט ניט אין די אויגן פֿאַר די פֿאַרבײַגייער; עס זעט אויס ווי אַ בנין פֿון אַ קליינעם קאָלעדזש אָדער אַ פּאָסט־אָפֿיס. עס גלייבט זיך קוים, אַז דאָרט וווינט דער מעכטיקסטער מענטש אויף דער וועלט. דעריבער איז אַ סבֿרא, אַז אויב איין קאַנדידאַט פֿאַר פּרעזידענט זאָל געווינען, וועט ער דאָרט צוגעבן עטלעכע שטאָק מיט אַ הויכן טורעם און אַ שילד מיט זײַן נאָמען.

פֿון דער צווייטער זײַט, איז דער נאַציאָנאַלער פּראָמענאַד („מאָל‟ בלע״ז) געבויט פֿאַר ריזן, ניט פֿאַר מענטשן. עס נעמט אַ שעה צײַט צו גיין פֿון איין עק ביזן צווייטן, באַגלייט פֿון ביידע זײַטן מיט ריזיקע מאָנומענטן און פֿעסטונגען. די אומגעהײַערע גרייס פֿון די בנינים — מערסטנס, מוזייען און רעגירונג־אַמטן — איז אַזוי איבערגעטריבן, אַז זיי קענען זיך פֿאַרגלײַכן בלויז מיט דעם, וואָס היטלער האָט פּלאַנירט פֿאַר זײַן „וועלט־הויפּטשטאָט גערמאַניע‟. דער באַזוכער דאַרף זיך פֿילן קליין און נישטיק און ציטערן פֿאַרן סטיכישן כּוח פֿון דער אַמעריקאַנער גרויסמאַכט. דאָס, וואָס די דאָזיקע בנינים טראָגן אין זיך קונסטווערק און ניט קיין געווער, נעמט ניט אַראָפּ פֿון זייער פּסיכאָלאָגישער ווירקונג אויפֿן באַזוכער.

ס׳איז אַוודאי ניט קיין צופֿאַל, וואָס די גרעסטע בנינים אין וואַשינגטאָן געהערן צו דער מלוכה, בשעת אין ניו־יאָרק זײַנען זיי דאָס פּריוואַט־אייגנס פֿון די גרויסע בענק, האָטעלן, גרונטאייגנס־פֿירמעס וכדומה. ס׳איז דאָ אַן אַלט ווערטל, אַז מע קען דערקענען, ווער עס האָט די מאַכט אין אַ געוויסער געזעלשאַפֿט, לויט דער גרייס פֿון די בנינים. אין מיטל־עלטער איז עס געווען דער קלויסטער מיט זײַנע ריזיקע קאַטעדראַלן. דערנאָך זײַנען געקומען די קעניגן און קייסאָרים מיט זייערע פּאַלאַצן. אין אונדזער דעמאָקראַטישער און קאַפּיטאַליסטישער תּקופֿה קאָנקורירן די מלוכה־בנינים מיט די פּריוואַטע וואָלקן־קראַצערס: אין וואַשינגטאָן הערשן די ערשטע, און אין ניו־יאָרק — די צווייטע.