צי מאַכן חסידים אַמאָל חוזק פֿונעם רבין?

Do Hasidim Ever Poke Fun at the Rebbe?

דער סקווערער רבי, דוד טווערסקי
wikipedia.org
דער סקווערער רבי, דוד טווערסקי

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published March 24, 2016, issue of April 15, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

חני געטער, וואָס שטאַמט פֿון די ניקלסבורגער חסידים, זאָגט, אַז זי געדענקט בכלל נישט, אַז עמעצער זאָל חוזק מאַכן פֿונעם רבין, בפֿרט אַז בײַ די ניקלסבורגער איז פּורים דווקא אַן ערנסטער יום־טובֿ, וווּ די מענער זיצן אַ גאַנצע נאַכט אין אַ געהעכערטער גײַסטיקער שטימונג — גאָר אַנדערש פֿונעם שפּילעוודיקן געמיט בײַ ס׳רובֿ חסידים פּורים.

„אַ מאָל, ווען מ׳איז פּורים געווען אַ ביסל שיכּור, האָט עמעצער זיך געמאַכט ווי ער איז דער רבי, אויפֿגעהויבן די הענט צום אייבערשטן, אָדער געטאַנצט ווי דער רבי.‟ דאָס האָט מען אָבער געטאָן גיכער ווי אַ לויב צום רבין; נישט, חלילה, ווי אַ קריטיק, האָט זי צוגעגעבן.

דאָס קריטיקירן אַ רבי, בפֿרט אין „אַ געוויינטלעכן מיטוואָך‟, איז אָבער אין גאַנצן אַן אַנדער ענין. אין 2008, למשל, נאָך דעם ווי עמעצער האָט אַרויסגעלאָזט אויף „יו־טוב‟ אַ ווידעאָ פֿונעם ליד, „איך וויל זײַן אַ רבי‟:

איז עס געוואָרן אַ גרויסער שלאַגער, אָבער ס׳האָט אויך אַרויסגערופֿן אַ סך פּראָטעסטן. דאָס ליד, געשאַפֿן און געזונגען פֿונעם באַקאַנטן מוזיקער שאולי גראָסמאַן, קריטיקירט אָפֿנהאַרציק געוויסע רביס, וואָס לעבן אַ לוקסוסדיקן לעבן־שטייגער, שיִער נישט ווי אַן אַמעריקאַנער ראָק־סטאַר. דאָס ליד איז טאַקע אַ פּאַראָדיע פֿונעם פּאָפּולערן ראָק־ליד Rockstar, פֿון דער קאַנאַדער ראָק־גרופּע „ניקלבאַק‟.

גראָסמאַן, וואָס האָט זינט דעמאָלט פֿאַרלאָזט די חסידישע קהילה, האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז אויף אַן אמתן האָט ער קיין מאָל נישט געהאַט בדעה צו שטעלן דאָס ליד אויף „יו־טוב‟. „דאָס האָב איך אָנגעשריבן פֿאַר זיך און מײַנע חבֿרים, סתּם אַזוי,‟ האָט ער געזאָגט. „איך ווייס בכלל נישט ווער ס׳האָט געמאַכט דעם ווידעאָ.‟

נישט געקוקט אויף דער קאָנטראָווערסיע, וואָס דער ווידעאָ האָט אַרויסגערופֿן, זאָגט גראָסמאַן, אַז אַ סך חסידישע זינגער ווײַזן אים אַרויס שטיצע. עד־היום בעטן זיי אים ווײַטער שרײַבן לידער און שפּילן מיט זיי אויף חתונות.