צי מאַכן חסידים אַמאָל חוזק פֿונעם רבין?

Do Hasidim Ever Poke Fun at the Rebbe?

דער סקווערער רבי, דוד טווערסקי
wikipedia.org
דער סקווערער רבי, דוד טווערסקי

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published March 24, 2016, issue of April 15, 2016.

די חסידים פֿון אַלע שיטות ווײַזן תּמיד אַרויס דעם העכסטן דרך־ארץ פֿאַר זייערע רביס. אין נײַ־סקווער, למשל, דאַוונט דער סקווערער רבי אין אַ באַזונדערן צימער ווי די אַנדערע מתפּללים.

וואָס איז אָבער וועגן פּורים — אַ יום־טובֿ, ווען ס׳איז אַ מיצווה זיך אָנצושיכּורן? ווען מע פֿאַרשטעלט זיך אין די אויסטערלישסטע קאָסטיומען? מעג מען דעמאָלט יאָ גוטמוטיק אַרײַנזאָגן די רביס?

„פֿון מאָל צו צאָל האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אַ וויץ אָדער צוויי פֿון די אייגענע עסקנים אָדער שוויצערס, און מ׳האָט געמאַכט חוזק פֿון די אַנדערע רביס און זייערע חסידים, אָבער כּמעט קיינמאָל נישט פֿון די אייגענע,‟ האָט הרבֿ ישׂשׂכר כּץ, אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער רבֿ, וואָס שטאַמט פֿון אַ סאַטמערער משפּחה, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟.

אַ סאַטמערער חסיד פֿון וויליאַמסבורג האָט דערציילט, אַז ער געדענקט יאָ, בעת אַ חתונה מיט 11 יאָר צוריק, וווּ דער בדחן, שפּילעוודיק באַקאַנט ווי דער כאַצאַצקער רבי, האָט חוזק געמאַכט פֿון די רביס, און טאַקע גלײַך פֿאַר זייערע אויגן.

„ס׳איז געווען בשעתן מיצווה־טאַנץ. דער כאַצאַצקער רבי האָט זיך אַוועקגעשטעלט פֿאַרן רבינס טיש, וווּ עס זענען געזעסן נישט איינער, נאָר עטלעכע רביס, און האָט אויסגעשפּילט פֿאַר זיי אַזאַ דיאַלאָג:

„וואָס מיינט איר שמועסן די רביס ווען זיי שושקען זיך דורך בסוד שׂיח אויפֿן אויבנאָן?‟ איין רבי בייגט זיך איבער צום אַנדערן, ער פֿאַרמאַכט די אויגן אין אַ פֿאַרדבֿקהטער מינע און זאָגט: „דער קאַדילאַק מײַנער איז אַ כּלי מפֿואר…‟

די רביס האָבן זיך בכלל נישט באַליידיקט פֿונעם וויץ. „זיי האָבן שטאַרק געלאַכט,‟ האָט דער חסיד געזאָגט.