אויפֿן הינטערגרונט פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד‟

In The Shadow of "Sovetish Heymland"

אַהרן ווערגעליס (דריטער פֿון רעכטס) מיט אַ גרופּע ייִדישע שרײַבער
אַהרן ווערגעליס (דריטער פֿון רעכטס) מיט אַ גרופּע ייִדישע שרײַבער

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published March 29, 2016, issue of April 15, 2016.

דער לאַנדשאַפֿט פֿון ייִדישער געשיכטע איז באַפֿעלקערט מיט פֿיגורן, וואָס שפּילן סימבאָלישע פֿונקציעס: איין פֿיגור איז אַ „וווילע‟, און אַ צווייטע — אַ „שלעכטע‟. אין אונדזער זכּרון האָבן ס׳רובֿ מענטשן, וואָס באַווײַזן זיך אין היסטאָרישע נאַראַטיוון, קיין שום פֿלייש ניט, דאָס זײַנען ביינער מיט נעמען. ביכער, אַרטיקלען, אַרכיוון־מאַטעריאַלן, ווי אויך פֿאָטאָס און קינאָ־מאַטעריאַלן העלפֿן, פֿאַרשטייט זיך, אַ ביסל אויפֿצולעבן די אָנטיילנעמער פֿון די אַמאָליקע געשעענישן, אָבער בדרך־כּלל באַקומט זיך ניט סײַ־ווי־סײַ קיין פֿול בילד. איך ווייס עס זייער גוט, ווײַל איך באַשעפֿטיק זיך די גאַנצע צײַט מיט אַזעלכע אָפּעראַציעס פֿון „אויפֿלעבן‟ אַ היסטאָריש געשטאַלט.

אַהרן ווערגעליס, וואָס איז געשטאַנען בראש דעם מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, האָט איבערגעלאָזט אַ „שלעכטן‟ שפּור אין דער ייִדישער געשיכטע. אַזאַ געשטאַלט באַווײַזט זיך פֿון דעם גאַנץ היפּשן סכום מאַטעריאַלן, וואָס שפּיגלען אָפּ זײַנע אַקטיוויטעטן. אַזאַ פּרײַז האָט ער באַצאָלט פֿאַר זײַן קאַריערע־דערפֿאָלג: פֿון אַ ייִנגל אין ביראָבידזשאַן, אַ פֿאַרוואָרפֿענעם ווינקל אין רוסלאַנד, ביז אַ גאַנצן יאַ־טעבע־דאַם אין מאָסקווע און אַפֿילו אין אינטערנאַציאָנאַלע ייִדישע קרײַזן.

מײַן אייגענע באַציִונג צו ווערגעליסן איז באַזירט ניט בלויז אויף די געשריבענע מאַטעריאַלן. איך האָב אים געקענט זינט 1986, און אין די יאָרן 1988—1991 האָב איך מיט אים געאַרבעט, קען מען זאָגן, טאָג־טעגלעך. מע דאַרף זאָגן, אַז אַ סך האָב איך זיך פֿון אים געלערנט. ער איז געווען איינער פֿון די מענטשן, וואָס האָבן מיר — צו יענער צײַט פֿאַקטיש אַן עם־האָרץ אין „קליינע אותיות‟ פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור (אַחוץ דעם ייִדיש פֿון דער היים און דעם, וואָס איך האָב געהאַט גאַנץ צופֿעליק איבערגעלייענט) — געהאָלפֿן זיך אויסצולערנען אויף אַ „פּראָפֿעסיאָנעלן ייִד‟.

מיר איז שוין אויסגעקומען צו שרײַבן, אַז צו מיר און מענטשן פֿון מײַן דור האָט ווערגעליס זיך באַצויגן ניט אַזוי, ווי ער האָט זיך באַצויגן צו דעם עלטערן דור; גלײַך ווי ער וואָלט אונדז מקנא געווען, אַז מיר לעבן אין אַ צײַט, וואָס איז ניט אַזוי שמוציק, ווי די צײַט, אין וועלכער עס זײַנען אַדורך זײַנע יאָרן. איין מאָל האָט זיך עס בײַ אים פּשוט אַרויסגעריסן. ווען איך האָב אים דערציילט, אַז איך האָב באַקומען אַ פּאָזיטיוון בריוו פֿון דעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט און, ווי אַ פּועל־יוצא, וועל איך אַהין פֿאָרן, איז זײַן רעאַקציע געווען אַזאַ: „איך בין אײַך מקנא‟.

הקיצור, אין מײַן זכּרון איז ווערגעליס ניט סתּם אַ געשטאַלט אין דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע, נאָר אויך אַ מענטש, מיט וועלכן עס זײַנען פֿאַרבונדן גאָר ניט קיין שלעכטע געשעענישן אין מײַן לעבן; און ניט נאָר אין מײַן לעבן. ער, ווי אויך אַנדערע סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער, האָבן געהאַט אַן אַנדער צוגאַנג צו די יונגע, ניט אַזאַ ווי אין אַנדערע לענדער.