(די 2 טע זײַט פֿון 3)
די זעקס קליינע קינדער פֿון דער אולמאַ־משפּחה האָבן געשריִען און געוויינט, זעענדיק די בלוטיקע קערפּערס פֿון זייערע טויטע טאַטע־מאַמע. דער פּאָליציסט יוזעף קאָקאָט, אַ סודעטער דײַטש, האָט געפֿרעגט זײַן קאָמאַנדאַנט, וואָס ער זאָל טאָן מיט די וויינענדיקע קינדער. נאָך דער באַראַטונג מיט זײַן אָפֿיציר האָט ער דערשאָסן אַלע זעקס קינדער, איין קינד נאָך אַ צווייטן.
היסטאָריקער שעצן, אַז אַן ערך 1,600 פּאָליאַקן האָבן באַהאַלטן בײַ זיך כּמעט 3,000 ייִדן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. 200 פֿון זיי האָבן באַצאָלט מיטן לעבן פֿאַר זייער העלדישע טאַטן.
ווער האָט געמסרט די משפּחה אולמאַ? אַ פֿילם וואָס ווערט געמאַכט ממש די טעג, פֿאַרנעמט זיך מיט דער דאָזיקער פֿראַגע. דער פֿילם איז טיילווײַז דראַמאַטיש, טיילווײַז דאָקומענטאַל.
אינעם דאָקומענטאַלן טייל וועט אונדז דער פֿילם באַקענען מיט די תּושבֿים פֿון מאַרקאָוואַ, צווישן זיי — די פּלימעניצע פֿון יוזעף אולמאַ.
דער דראַמאַטישער טייל פֿונעם פֿילם באַשרײַבט די נאַכט, ווען די דײַטשע פּאָליציי האָט געכאַפּט די ייִדן אינעם אולמאַ־הויז און די דערשיסונג פֿון דער אולמאַ־משפּחה.
אַז מען לעבט אין פּוילן, קען מען נישט טראַכטן וועגן די פּוילישע חבֿרים און באַקאַנטע אָן דער פּערספּעקטיוו פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. וואָס מיינט דאָס? דאָס מיינט, אַז מען שטעלט זיך היפּאָטעטישע פֿראַגעס לגבי זיי: ווער פֿון זיי וואָלט געראַטעוועט אונדזערע קינדער אין אַזאַ סיטואַציע ווי בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, און ווער וואָלט אונדז געמסרט?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.