ידיעות פֿון וואַרשע

News from Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published March 29, 2016, issue of April 15, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

דער מאַרקאָוואַ־מוזיי

דער פּוילישער פּרעזידענט אַנדזשיי דודאַ רעדט בײַ דער דערעפֿענונגס־צערעמאָניע פֿונעם מוזיי אין נאָמען פֿון דער משפּחה אולמאַ, געווידמעט די פּאָליאַקן, וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה
Getty Images
דער פּוילישער פּרעזידענט אַנדזשיי דודאַ רעדט בײַ דער דערעפֿענונגס־צערעמאָניע פֿונעם מוזיי אין נאָמען פֿון דער משפּחה אולמאַ, געווידמעט די פּאָליאַקן, וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה

אַן ערך דרײַ טויזנט מענטשן האָבן שוין באַזוכט דעם „מאַרקאָוואַ־מוזיי‟, געווידמעט די פּאָליאַקן, וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. מאַרקאָוואַ איז אַ קליין שטעטל אין דרום-מיזרח פּוילן.

„מיר זעען, אַז אַלץ מער און מער מענטשן זענען פֿאַראינטערעסירט אין אונדזער מוזיי. מיר האָבן שוין געהאַט גרופּעס פֿון ישׂראל. מיר דערוואַרטן אַ גרופּע פֿון צוויי הונדערט ישׂראלדיקע יוגנטלעכע אין די קומענדיקע טעג‟ — זאָגט מאַטעוש שפּיטנאַ, דער דירעקטאָר פֿונעם נײַעם מוזיי.

דער מוזיי איז דערעפֿנט געוואָרן דעם 17טן מאַרץ הײַיאָר. דער מוזיי געפֿינט זיך אינעם שטעטל מאַרקאָוואַ, ווײַל דאָרטן איז דורך די דײַטשן דערשאָסן געוואָרן די פּוילישע משפּחה אולמאַ, ווײַל זי האָט באַהאַלטן ייִדן.

דער פּוילישער פּרעזידענט, אַנדזשיי דודאַ, האָט געזאָגט בשעת דער דערעפֿענונג־צערעמאָניע: „מיר פּאָליאַקן קענען זײַן שטאָלץ, וואָס עס זענען געווען צווישן אונדז מענטשן, וואָס האָבן נישט מורא געהאַט און געהאָלפֿן אַנדערע. אַ טייל פֿון זיי האָבן באַצאָלט פֿאַר דעם מיט זייער לעבן. דאָס זענען געווען אמתע העלדן‟. דער פּוילישער פּרעזידענט האָט באַטאָנט, אַז דער מוזיי דאַרף דינען ווי אַ וואָרענונג קעגן אַכזריות און שׂינאה.

דעם 24סטן מאַרץ 1944 האָבן די דײַטשן דערשאָסן יוזעף אולמאַ און זײַן טראָגעדיקע פֿרוי פֿאַר באַהאַלטן בײַ זיך אין שטוב צוויי ייִדישע משפּחות — די משפּחה שאַלס און די משפּחה גאָלדמאַן.