ייִדן פֿאָדערן פּאָליציי־רעפֿאָרם

Jews Demand Police Reform

די באַטייליקטע אין דער אַסיפֿה צעטיילן זיך אין גרופּעס, כּדי אַרומצורעדן ווי צוצוציִען אַנדערע ייִדן צו דער קאַמפּאַניע צו רעפֿאָרמירן די פּאָליציי־סיסטעם
Molly Amster
די באַטייליקטע אין דער אַסיפֿה צעטיילן זיך אין גרופּעס, כּדי אַרומצורעדן ווי צוצוציִען אַנדערע ייִדן צו דער קאַמפּאַניע צו רעפֿאָרמירן די פּאָליציי־סיסטעם

פֿון שלום בערגער

Published March 30, 2016, issue of April 15, 2016.

וואָס זאָל זײַן דער צוגאַנג פֿון ייִדן, און פֿון דער ייִדישער קהילה אין באַלטימאָר בפֿרט, צום ענין פּאָליציייִשער גוואַלד אויפֿן חשבון פֿון די אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער?

מיט דעם אָנגעווייטיקטן ענין האָט זיך אָפּגעגעבן אַן אַסיפֿה דעם 8טן מאַרץ, 2016, אין דער שיל „חיזוק אמונה‟ אין פּײַקסוויל, מערילענד, צונויפֿגערופֿן פֿון דער נישט־פֿאַר־פּראָפֿיטן־אָרגאַניזאַציע „ייִדן פֿאַראייניקט לטובֿת דעם יושר‟ (JUFJ), וואָס אָרגאַניזיט לטובֿת דער סאָציאַלער גערעכטיקייט אין באַלטימאָר און וואַשינגטאָן. באַטייליקט זיך האָבן העכער 70 מענטשן, יונגע און אַלטע, שוואַרצע און ווײַסע, ייִדן און נישט־ייִדן, כאָטש ס׳רובֿ זענען טאַקע געווען ייִדן פֿון אַ ברייטער גאַמע שילן (רעקאָנסטרוקציִאָניסטישע און אָרטאָדאָקסישע בתוכם), שולן און סתּם יחידים.

געשמועסט האָט מען וועגן אונדזער ספּעציפֿישן היסטאָרישן מאָמענט און די טרויעריק באַרימטע פּאָליציייִשע גוואַלד־מעשׂים קעגן אומשולדיקע אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער, וואָס זײַנען לעצטנס ברייט באַוווּסט אַ דאַנק די פֿאָטאָ־אַפּאַראַטן אויף די מאָבילקעס, און דער סאָציאַלער מעדיע. צום טייל, איז צוליב יענע אומגליקן געגרינדעט געוואָרן די באַוועגונג Black Lives Matter [שוואַרצע לעבנס זײַנען אויך וויכטיק].

שוין 42 יאָר ווי די פּאָליציאַנטן און אַנדערע יורידישע כּוחות אין מערילענד — אַ סך מער ווי אין אַנדערע שטאַטן — געניסן פֿון אַ ספּעיציעלן „ביל פֿון רעכט‟ וואָס באַשירעמט און באַשיצט זיי קעגן טענות פֿון בירגערס. אַרײַנגערעכנט אין דעם געזעץ איז אַ כּלל, אַז אַ פּאָליציאַנט מעג דיסציפּלינירט ווערן פֿון זײַן קאָמאַנדיר בלויז נאָך דעם ווי זײַן ענין ווערט אויסגעפֿאָרשט דורך אַ פּאַנעל פֿון דרײַ קאָלעגעס, וואָס זײַנען אַוודאי נוטה צו פֿאַרטיידיקן זייער מיטאַרבעטער.

אין זעלבן געזעץ שטייט געשריבן, אַז די אויספֿאָרשערס וואָס ווילן פֿאַרהערן אַ פּאָליציאַנט וועגן אַ מעגלעכן אומפּאַסיקן אויפֿפֿיר, מוזן צו ערשט געבן צו וויסן דעם אָפֿיציר - און דערנאָך וואַרטן 10 טעג. ערשט דערנאָך מעג מען דורכפֿירן דעם אינטערוויו. אַזאַ פֿאָדערונג האָט נישט קיין גלײַכן פֿאַר אַנדערע שטאַט־פּראָפֿעסיאַנאַלן, און גיט דעם פֿאַרדעכטיקטן אַן אייגנאַרטיקע געלעגנהייט זיך אַרויסצודרייען פֿון די באַשולדיקונגען קעגן אים.

אַ ראַבינער פֿון אַ רעקאָנסטורקציאָניסטישער שול אין באַלטימאָר האָט אָנגעהויבן די דיסוקסיע, דערקלערנדיק די וויכטיקייט דורכצופֿירן אַן אינערלעכע, גײַסטיקע „אויספֿאָרשונג‟ (פּרוּוון זײַן מער אָפֿן, טאָלעראַנט און עפֿעקטיוו) איידער מע פֿאָדערט ענדערונגען פֿון דער אַרומיקער געזעלשאַפֿט. דערנאָך איז אויפֿגעטראָטן אַ פּאַנעל עקספּערטן און בירגערס וואָס האָבן דערקלערט דעם עיקר פֿון דער פּראָגראַם. גאַרלאַנד ניקסאָן, אַן אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער און אַ געוועזענער פּאָליציאַנט פֿון שטאַט מערילענד, האָט גערעדט וועגן דעם ראַסיסטישן צוגאַנג, וואָס ווערט איבערגעפֿירט „דורך דער מאַמעס מילך‟, אַפֿילו אין די שוואַרצע משפּחות, און ווי נאָענט מ׳איז צו דער געשיכטע פֿון שקלאַפֿערײַ: זײַן מאַמעס קינדהיטערין, אַן אַלטע באָבע, האָט נאָך געטראָגן שראַמען אויפֿן רוקן פֿונעם שקלאַפֿן־מײַסטערס קאַנטשיק.