הירהורים פֿון אַ מרוק

Musings of a Grouch


פֿון לייזער בורקאָ

Published April 05, 2016, issue of April 29, 2016.

ווער עס לעבט אין דער גרויסשטאָט, דאַרף שלום מאַכן מיט געוויסע אומבאַקוועמלעכקייטן, וואָס זײַנען כּמעט ניט אויסצומײַדן: דער רעש, דאָס שטופּעניש, דער טראַפֿיק; די בערגלעך מיסט אין מיטן גאַס, וואָס קאָכן זיך אונטער דער זון אין מיטן זומער; און נאָך אַזעלכע יסורים. ס׳איז אַ שטענדיקע מלחמת־גוג־מגוג מיט די קלאַנגען, בליקן, גערוכן, און פֿיזישע שטויסן, וואָס באָמבאַרדירן די מענטשלעכע חושים פֿון אַלע זײַטן. דער מענטש דאַרף זיך שטאַרקן, דאַרף זיך פֿאַרהאַרטעווען שטאָל־און־אײַזן קעגן דעם אָנפּראַל פֿון די פֿײַנדלעכע כּוחות.

אין אַ נאָרמאַלער וועלט איז אַ רחמנות אויף איינעם, וואָס איז טויב ווי די וואַנט און בלינד ווי די נאַכט. אָבער אין דער גרויסשטאָט, קען מען זאָגן, איז אַזאַ מענטש געבענטשט מיט דער אומפֿעיִקייט צו פֿאַרנעמען די גאַנצע מיאוסקייט פֿון זײַן אַרום. ער זעט בלויז אַ חלק דערפֿון — גענוג צו וויסן, אַז ער וויל ניט זען מער.

אין דעם פֿאַל (ווי אין כּמעט יעדן אַרטיקל מײַנעם) שרײַב איך ניט וועגן עפּעס אַ היפּאָטעטישן פּלוני־בן־פּלוני, נאָר וועגן זיך. איך קען אָנהייבן מיט די אויגן, וואָס אַ דאַנק זיי טראָג איך ברילן זינט איך בין געווען נײַן יאָר אַלט. נאָך הײַנט קען איך פֿאַרבײַגיין אַן אַלטן באַקאַנטן, אַפֿילו אַ גוטן־פֿרײַנד, און אים גאָר ניט דערקענען אָדער באַמערקען. (האָט ניט קיין פֿאַראיבל!) געוויינטלעך טראָג איך די נאָרמאַלע ברילן צום לייענען, אַפֿילו ווען איך לייען ניט, אַזוי אַז די גאַנצע וועלט, וואָס געפֿינט זיך ווײַטער ווי צוויי פֿוס פֿון מײַן פּנים, איז מיר אַ ביסל נעפּלדיק. די בעסערע ברילן מײַנע — די „שבתדיקע‟ ברילן, ווי איך רוף זיי — טראָג איך בלויז בײַ ספּעציעלע געלעגנהייטן, למשל, אין טעאַטער.

ס׳איז אָבער ניט קיין אומגליק צו זײַן אַ האַלב־בלינדער 95% פֿון דער צײַט, ווען מע וווינט אין דער גרויסשטאָט. אמת, אַ מאָל גייט פֿאַרבײַ אַ באַרימטער פֿילם־שטערן אָדער אַ סופּער־מאָדעלקע און ס’איז אַ שאָד צו פֿאַרפֿעלן דעם אָנבליק. אָבער דאָס געשעט מאַקסימום עטלעכע מאָל אַ יאָר, און געוויינטלעך קען איך זיך פֿאַרלאָזן אויף די אַנדערע פֿאַרבײַגייער צו מאַכן אַ טומל, איך זאָל האָבן צײַט אויסצובײַטן די ברילן. די איבעריקע צײַט קען מען בלויז קוקן אויף די זויערע פּנימער פֿון די פּאַסאַזשירן אין דער אונטערבאַן, זען ווי זיי גענעצן און קראַצן זיך, אָדער טוען ערגערע זאַכן. מאַלע וואָס פֿאַראַ פֿאַרזעענישן און שרעקבילדער באַווײַזן זיך ניו־יאָרק אויף שריט און טריט!