ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published April 06, 2016, issue of April 29, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

דער נאָמען פֿונעם סאָוועטישן פּאַרטיזאַנער ניקאָלאַי קיסעליאָוו צווישן די חסידי־אומות־העולם אויף דער וואַנט פֿון „יד־ושם‟ (רעכטס), און קיסעליאָוו אַליין
דער נאָמען פֿונעם סאָוועטישן פּאַרטיזאַנער ניקאָלאַי קיסעליאָוו צווישן די חסידי־אומות־העולם אויף דער וואַנט פֿון „יד־ושם‟ (רעכטס), און קיסעליאָוו אַליין

צוויי אונטערנעמונגען לכּבֿוד מענטשן, וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן בעת דעם חורבן

אַ ריי געשעענישן ווערן די וואָך געווידמעט דער טעמע פֿון חסידי־אומות־העולם. אין דער מעמאָריאַלער שיל אין מאָסקווע איז פֿאָרגעקומען אַ צערעמאָניע אין אָנדענק פֿון די פּאָליאַקעס וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן בעת דער מלחמה, און אין זעקס שטעט פֿון רוסלאַנד ווערט דורכגעפֿירט אַ קינאָ־פֿעסטיוואַל מיטן נאָמען „האַנט־דרוק‟, געווידמעט ניקאָלאַי קיסעליאָוו, אַ סאָוועטישער פּאַרטיזאַנער, וואָס האָט אַרויסגעפֿירט אויף דער סאָוועטישער טעריטאָריע 200 ייִדן. דער פֿעסטיוואַל ווערט געשטיצט פֿון דער „ייִדישער נאַציאָנאַל־קולטורעלער אויטאָנאָמיע‟. זײַן פּראָגראַם שליסט אײַן פֿילמען וועגן די באַציִונגען צווישן פֿעלקער.

אַ וויציקע קאָנפֿערענץ לכּבֿוד דעם 1טן אַפּריל

ניט לאַנג נאָך דעם ווי די ייִדן האָבן געפּראַוועט פּורים — אַ טאָג פֿון וויצן און געלעכטער — איז געקומען דער 1טער אַפּריל, „דער טאָג פֿונעם נאַר‟. דער צענטער פֿון ייִדישע און תּנ״כישע לימודים בײַם רוסלענדישן מלוכישן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט האָט דורכגעפֿירט אַ וויציקע קאָנפֿערענץ, „אַ צײַט צו לאַכן, אָדער לאַכן־יסוד אין דער רעליגיעזער קולטור‟, וואָס וואָלט אויך גוט געפּאַסט פֿאַר פּורים. די רעפֿעראַטן זענען געווען געווידמעט לעכערלעכע עלעמענטן אין טראַדיציאָנעלע רעליגיעס — קודם־כּל, אין יהדות; וועגן סאַטירע אין רעליגיעזן דיסקורס; וועגן דעם ווי פֿאַרשיידענע גרופּעס ייִדן מאַכן חוזק איינע פֿון דער אַנדערער, און אַזוי ווײַטער.