(די 2 טע זײַט פֿון 3)
עס פֿלעגט נעמען אַ רגע ביז זי איז צו זיך געקומען, צונויפֿגעזאַמלט אירע געדאַנקען, דער עיקר, ווען עס איז געקומען צו די נעמען פֿון די מעדיקאַמענטן פֿאַר אירע פֿאַרשיידענע קרענק, דער עיקר וויפֿל גייט ער זי רעכענען פֿאַרן וויזיט. ס’האָט גענומען אַ מאָמענט און זי האָט באַקומען ס’לשון:
„וואָס הערט זיך מיט מײַן געזונט ווילט איר וויסן, דאָקטער? אַ סך זאַכן מ’זאָל נישט וויסן דערפֿון. ערשטנס, פֿיל איך אַז איך האָב אַ קאַדילאַק (קאַטאַראַקט) אין מײַן לינקן אויג, דאַרף איך אַן אָפּפֿיר־מיטל. מײַן קאָפּ דרײט זיך אָפֿט, דאַרף איך פּענעצילין. מײַן האַרץ פּויקט און מאַכט אָן אַזאַ טרעוואָגע ווי ניאַגראַ פֿאָלס. איך האָב געהערט אַז „פּערקאָדיני‟ איז די בעסטע זאַך דערפֿאַר, אָדער גליצערין אונטער דער צונג. פֿאַרן בלוט־דרוק גיט מיר… זײַט אַזוי גוט ־ אַסיבוטאָל. פֿאַרן אַרטרײַטיס ־ מאָריסיני. און איצט קומען מיר צום בלוט, עס שטראָמט דורך מײַנע אָדערן ווי אַן עקספּרעס־באַן אין ׳ראָש־אוער׳) אַ גרויסן פֿאַרקער. מײַן קאָפּ דרייט זיך און מײַן נאָז ציטערט. אָבער דאָס איז נאָך נישט אַלץ, דאָקטער, איך בין אויך זייער, זייער נערוועיִש, איך דאַרף וואַליום.‟
דער דאָקטער קען שוין זײַנע פּאַציענטן, ער פֿאַרמאָגט אַ צאָל פֿון זיי וואָס וווינען אין דער געגנט, ס’רוב געראַטעוועטע פֿון חורבן. זיי טיילן זיך מיט די מעדיקאַמענטן און מיט די קרענק אויף וועלכע זיי לײַדן. דער דאָקטער וויל וויסן:
„ווען האָט איר פֿאַרענדיקט די מעדיצינישע שולע, שוין אָפּגערעדט פֿונעם פֿאַרמאַצעווטישן אוניווערסיטעט?‟
זי שאָקלט צו מיטן קאָפּ, קוקט אים אָן זײַטיק און מאַכט:
„וואָס מיינט איר דערמיט צו זאָגן, דאָקטער, הײַנט מוז מען זײַן אַן אייגענער דאָקטער, ווײַל די הײַנטיקע דאָקטוירים פֿאַרשטייען אַ קרענק, און קענען דיך אַוועקלייגן אָן אַ פּיפּס. וואָס ווייסן זיי וואָס מיר האָבן אַדורכגעמאַכט בײַ סטאַלינען און בײַ היטלערן?‟
דער דאָקטער קוקט זי אָן מיט גרויס מיטגעפֿיל, גיט ער צו:
„איך ווייס גאַנץ גוט, וואָס איר זײַט אַדורכגעגאַנגען און איך קען אײַך פֿאַרזיכערן אַז איר זײַט בײַם בעסטן געזונט. נאָר דאָס וואָס איר זײַט אַזוי נערוועיִש, וועל איך אײַך פֿאַרשרײַבן וואַליום פֿאַר די נערוון, און נאָך אַ זאַך, אויב איר זײַט אײַער אייגענער דאָקטער צו וואָס באַדאַרפֿט איר מיך?‟
זי וואַרפֿט אים צו אַ קרום שמייכעלע:
„צו וואָס איך דאַרף אײַך? איך דאַרף אײַך פֿאַר די רעצעפּטן, איך טויג זיך נישט אויס אין לאַטײַן. און איצט וויל איך וויסן, וויפֿל קום איך אײַך?‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.