(די 3 טע זײַט פֿון 3)
דאָקטער האָלענדער איז שוין געוווינט צו דער פֿראַגע, ס’רובֿ פֿון זײַנע פּאַציענטן, דער עיקר פֿרויען, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן שטעלן אים די זעלבע פֿראַגע, און ער שיקט זיי צו זײַן סעקרעטאַרקע, אָבער מיט מײַן מאַמען שפּילט מען זיך נישט, זי וויל דווקא וויסן:
„וווסי, דאָקטער, איר ווייסט אַליין נישט וויפֿל איר וועט מיר רעכענען?‟
ווען די מאַמע קערט זיך אום צוריק פֿון איר וויזיט צום דאָקטער, די סאַמע ערשטע זאַך וואָס זי ערליידיקט איז אַוועקשטעלן דאָס פֿלעשעלע מיטן וואַליום אין מעדיצין־קעסטעלע אין וואַש־צימער. ערשט דעמאָלט לאַדט זי אונדז אײַן — מיך, מײַן מענדלען מיט די צוויי זינדלעך אויף וועטשערע.
דער טיש שטייט גרייט, זי סערווירט אַלעמאָל דאָס אייגענע, לאָקשן מיט יויך, נאָר איידער זי ברענגט אַרויס פֿון קיך דאָס געבראָטענע הינדל, איז שוין דער שמועס געגליכן צו אַן אָפּגעשטאַנען געקעכץ. אָבער איידער וואָס ווען, טאַנצט זי אַרײַן אין וואַש־צימער, כאַפּט אַרויס דאָס פֿלעשעלע מיטן באַרויִקונגס־מיטל וואַליום, עפֿנט עס אויף, נעמט אַרויס דאָס ערשטע טאַבלעטקעלע און לייגט עס אַוועק אויף מײַן טאַטנס טעלער.
איך באַנעם נישט איר אויפֿטו און פֿרעג:
„מאַם! האָט דען נישט דאָקטער האָלענדער בלויז פֿאַר דיר פֿאַרשריבן דעם וואַליום פֿאַר דײַנע נערוון?‟
זאָגט זי: „יאָ.‟
„האָט ער דיר נישט אָנגעזאָגט ווי אַזוי זיי צו נעמען?‟
„יאָ!‟
„איז פֿאַרוואָס גיסטו עס דעם טאַטן?‟
זי שטעלט זיך אויף און אַנאָנסירט בקול רם:
„איך גיב דעם וואַליום דײַן טאַטן ווײַל ער איז דער וואָס מאַכט מיך נערוועיִש…‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.