מײַן מאַמע גייט צום דאָקטער

My Mother's Visit to the Doctor


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published April 15, 2016, issue of May 13, 2016.

די וואָס קענען מיך פּערזענלעך זײַנען גוט באַקאַנט מיט מײַן מאַמעס אויסטערלישע „כעלעמער חכמות‟, נישט געקוקט אויף דעם וואָס זי האָט אָפּגעשטאַמט פֿון לאָדזש, פּוילן. זי איז אַוועק פֿון אונדזער זינדיקער וועלט מיט אַ שפּאָר ביסל יאָר צוריק.

מײַנע עלטערן צוזאַמען מיט מיר זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון רוסישן גן־עדן גלײַך נאָכן סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה און אָנגעקומען קיין אַמעריקע אין 1950. אין שטוב האָט מען דער עיקר גערעדט ייִדיש, אָבער טאַטע־מאַמע האָבן גערעדט אַ צעבראָכענעם ענגליש, דעם טאַטן איז ענגליש שווער אָנגעקומען ווײַל ער האָט געאַרבעט אַלע יאָרן ווי אַ דרוקער אין דער „פֿרײַהײַט‟ (אַ קאָמיניסטישע צײַטונג) ווו די דרוקער־יוניאָן האָט אים פֿאַרזאָרגט מיט אַרבעט, נישט וויסנדיק אַז ער איז אַדורך דאָס גיהנום אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די אומגאַנג שפּראַך אין דער רעדאַקציע איז געווען אויסשליסלעך ייִדיש.

די מאַמע איז געווען אין די דרײַסיקער ווען מיר האָבן זיך באַזעצט אין דער בראָנקס, זי פֿלעגט גיין אין „נײַט־סקול‟ (אָוונט־קלאַסן), נאָר אַנשטאָט צו לערנען זיך ענגליש האָט זי זיך אָנגעכאַפּט אין קורסן וועגן דעם האָלענדישן פֿילאָסאָף „שפּינאָזאַ‟ און געלייענט האָט זי טראָצקין. פֿאַרוואָס? פֿרעגט מיך בחרם.

אירע וויזיטן צום דאָקטער האָלענדער זײַנען געווען דער הויכפּונקט אין לעבן. זי פֿלעגט אַהיימקומען פֿונעם וויזיט אויפֿגעפֿרישט און אויפֿגעמונטערט און דערציילן די גליקן פֿון טויזנט און איין נאַכט בזה הלשון:

„ווי נאָר דאָקטער האָלענדער האָט מיך דערזען זיצנדיק אין זײַן אויפֿנאַם־צימער, אַזוי איז ער אַרויסגעקומען מיט אויסגעשטרעקטע אָרעמס…‟

„טילי! קום אַרײַן, זיץ און מאַך זיך באַקוועם, דער עיקר, זאָג מיר וואָס דאָקוטשעט דיך?‟

די מאַמע האָט זיך געמאַכט באַקוועם אויף אַ באַזונדערן שטול, אַוועקגעלייגט איר בײַטל אויף איר קני, בעת דער דאָקטער האָט זי באַרויִקט:

„טילי! דו קענסט אַוועקלייגן דײַן בײַטל בײַ דער זײַט.‟

די מאַמע פֿלעגט ווערן דערשראָקן און אים געלאָזט וויסן אויפֿן אָרט איר באַציִונג צו איר בײַטל:

„איך צעשײד זיך קיין מאָל נישט מיט מײַן בײַטל, דאָקטער, איך האַלט עס אַלעמאָל נאָענט צו זיך. הײַנטיקע צײַטן קען מען קיינעם נישט געטרויען, אפֿילו אַ דאָקטער.‟

דער זעלבער שמועס פֿלעגט פֿאָרקומען יעדעס מאָל וואָס זי איז געגאַנגען צום דאָקטער. ער פֿלעגט אַלעמאָל שמייכלען און ווײַטער אָנגיין מיט דער פּראָצעדור און די אונטערזוכונג…

„אויב אַזוי, זאָג מיר, טילי, וואָס הערט זיך מיט דײַן געזונט?‟