(די 3 טע זײַט פֿון 3)
װען ס׳איז אױסגעבראָכן אין דער ייִדישער שול אַ מחלוקת און מע האָט אָפּגעזאָגט דעם דירעקטאָר אַבֿרהם גאָלאָמב, צוזאַמען מיט אַנדערע לערערס, האָט װעלע באַשלאָסן אויך צו רעזיגנירן. צוזאַמען מיט גאָלאָמב און אַנדערע בונדיסטן, לינקע ציוניסטן און אַנדערע ייִדישיסטן, האָט זי אין 1950 געגרינדעט „די נײַע ייִדישע שול‟ (שפּעטער די „י. ל. פּרץ־שול‟). דאָרט איז זי שוין פֿאַרבליבן מער װי 50 יאָר.
אין דער „נײַער שול‟ האָט װעלע מיטגעאַרבעט מיט װיכטיקע לערערס פֿון דער אַלטער הײם, װי דער געשיכטע־לערער יוסף ראָטענבערג (אַ באַקאַנטער לערער פֿון ציש״אָ), דער פּעדאַגאָגישער אינטעלעקטואַל אַבֿרהם גאָלאָמב און לײבל באַיאָן. אין 1978 איז װעלע געװאָרן די דירעקטאָרשע פֿון דער שול אױף 14 יאָר. זי איז אױך געװען אַ לערערקע אינעם לערער־סעמינאַר. װעלע האָט אינטענסיוו געאַרבעט װי אַ פּעדאַגאָג און צוגעגרײט מאַטעריאַלן פֿאַר די קינדער און תּלמידים פֿון דער גימנאַזיע. אין 1972 האָט די שול אַרױסגעגעבן איר בוך, „צען קינדער — אַ פֿאָרשטעלונג‟.
„ייִדיש איז אַלץ — און נאָך עפּעס,‟ פֿלעגט זאָגן װעלע און זי האָט אין דעם טאַקע געגלייבט ביז איר לעטצן אָטעם. זי האָט נישט נאָר געאַרבעט פֿאַר ייִדיש װי אַ לערערקע, נאָר אױך געװען די פּרעזידענטין פֿונעם „פּראָ־ייִדיש־קאָמיטעט‟, אַ גרינדער צוזאַמען מיט מימי בערגער פֿון „ייִדישע פּעניאַ‟ (אַ מעקסיקאַנער אַרטיסטישע פּראָגראַם), און אַ שרײַבערין אין ייִדישע זשורנאַלן. מע קען הערן איר טאַלאַנט װי אַ זינגערין אין איר קאָמפּאַקטל „עלף ייִדישע לידער‟. די יונגע ייִדישיסטין, טלי מאַרגאָליס, האָט אָנגעהױבן אַ פּראָיעקט צו זאַמלען די ייִדישע ירושה, װאָס װעלע האָט אונדז איבערגעלאָזט.
די מעקסיקאַנער ייִדישע גאַס האָט פֿאַרלױרן זײער אַ װיכטיק קול, אָבער װי אַרטוראָ קערבעל-שיין, אַ יונגער ייִדיש־אַקטיװיסט, האָט געזאָגט בײַם סוף פֿון דער צערעמאָניע, און טאַקע אויף ייִדיש: „מיר האָבן אַ קאָלעקטיװע פֿאַראַנטװאָרלעכקײט צו אַרבעטן, כּדי װעלעס איבערגעגעבנקײט זאָל דערגרײכן װײַטערע ברעגן אין די קומענדיקע דורות.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.