די אַנומלטיקע אַנטדעקונג פֿון גראַוויטאַציאָנעלע כוואַליעס האָט אַרויסגערופֿן אַ סענסאַציע סײַ אין דער וויסנשאַפֿטלעכער וועלט, סײַ אין דער פּאָפּולערער פּרעסע.
מיט הונדערט יאָר נאָך אַלבערט אײַנשטײַנס טעאָרעטישער פֿאָרויסזאָגונג אינעם יאָר 1916, האָט זיך דער וויסנשאַפֿט אײַנגעגעבן צו דעטעקטירן אַ מעכטיקן אימפּולס פֿון גראַוויטאַציאָנעלע כוואַליעס, וואָס צוויי שוואַרצע לעכער האָבן אויסגעשטראַלט בײַ זייער צוזאַמענשטויס אויף אַ מהלך פֿון איבער אַ מיליאַרד ליכט־יאָר פֿון דער ערד. אינעם מאָמענט פֿונעם צוזאַמענשטויס, האָבן די קאָסמישע אָביעקטן אַרויסגעלאָזט אַ ריזיקן סכום גראַוויטאַציע־ענערגיע, 50 מאָל גרעסער ווי דאָס ליכט פֿון אַלע שטערן אינעם זעיִקן טייל פֿונעם אוניווערס. דעם 11טן פֿעברואַר האָבן צוויי באַקאַנטע אַסטראָפֿיזישע לאַבאָראַטאָריעס אומאָפּהענגיק איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן דעטעקטירט דעם מעכטיקן אימפּולס אין סעפּטעמבער 2015.
די אַנטדעקונג ווערט נאָך אַלץ באַטראַכט אין דער פּרעסע (אַרײַנגערעכנט פֿרומע ייִדישע וועבזײַטן), וועלכע האָט פֿאָרגעלייגט טשיקאַווע און חידושדיקע אָפּטײַטשן פֿון די גראַוויטאַציאָנעלע כוואַליעס. הרבֿ צבֿי פֿרידמאַן האָט דערקלערט אויף דער ליובאַוויטשער וועבזײַט Chabad.org, וווּ ער דינט ווי איינער פֿון די הויפּט־רעדאַקטאָרן, אַז ער האָט אָפּגעלערנט אַ גאַנצע ריי ענינים פֿון דער אַנטדעקונג. די שוואַרצע לעכער, דערקלערט פֿרידמאַן, ווערן געוויינטלעך באַטראַכט ווי פֿינצטערע אָביעקטן, וואָס „פֿאַרדייען‟ די ענערגיע און אינפֿאָרמאַציע. הײַנט זעען מיר דאָך, אַז צומאָל קאָן פֿונעם גרעסטן חושך אַרויסקומען דער שטאַרקסטער ליכטיקער אימפּולס. דערצו, האָבן די וויסנשאַפֿטלער דעטעקטירט דעם ענערגיע־אימפּולס ראָש־השנה, דעם 14טן סעפּטעמבער — אַ סימן, אַז אַלץ אין דער וועלט טרעפֿט זיך בהשגחה־פּרטית. אַזוי ווי אַ וויסנשאַפֿטלער, וואָס מוז שטרענג איבערקוקן די רעזולטאַטן פֿון עקספּערימענטן, כּדי צו באַשטעטיקן אַ נײַע אַנטדעקונג, מוזן נײַע חידושי־תּורה שטימען הונדערט פּראָצענט מיט דער ייִדישער טראַדיציע.
פֿרידמאַנס אַרטיקל איז אַ טיפּישער מוסטער פֿון פּאָפּולערע קירובֿ־פּובליקאַציעס. אָן קיין ממשותדיקע חידושים, באַנוצט ער זיך מיט אַ נײַער וויסנשאַפֿטלעכער אַנטדעקונג, כּדי איבערצוחזרן אַ צאָל באַקאַנטע טראַדיציאָנעלע ענינים מיט אַ ליובאַוויטשער טעם. פֿרידמאַן באַמערקט, אַז די דעטעקטירטע גראַוויטאַציע־כוואַליעס זענען געקומען פֿון גאָר אַ ווײַטן מהלך — 1.3 מיליאַרד ליכט־יאָר. די ליובאַוויטשער גלייבן אָבער אָפֿיציעל, אַז די וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן בוכשטעבלעך מיט 5776 יאָר צוריק. ווי אַזוי זשע זענען די כוואַליעס געפֿלויגן מער ווי 200,000 מאָל לענגער לאַנג, ווען די גאַנצע עקזיסטענץ פֿון דער וועלט? דאָס ווערט נישט דערקלערט אינעם אַרטיקל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.