(די 3 טע זײַט פֿון 3)
„אור השם‟ ווערט אָפֿטמאָל ציטירט אין די ווערק פֿונעם באַרימטן איטאַליענישן קריסטלעכן מיסטיקער דזשאָוואַני פּיקאָ דעלאַ מיראַנדאָלאַ. ער איז געווען אַ גוטער פֿרײַנד פֿון ייִדן און האָט געלערנט קבלה מיט פּראָמינענטע רבנים. אַ טייל הײַנטיקע היסטאָריקער האַלטן, אַז ר׳ חסדאי קרשׂקשׂס השפּעה אויף די קריסטן האָט געווירקט אויף ניוטאָנס גראַוויטאַציע־טעאָריע און קאָפּערניקס חידושים. רבי נחמן בראַצלעווער דערקלערט אין זײַן ספֿר „לקוטי מוהר״ן‟, אַז די צדיקים פֿאַרמאָגן דעם כּוח פֿון גײַסטיקער גראַוויטאַציע, אויפֿן סמך פֿונעם פּסוק „צדיק יסוד עולם‟ אינעם ספֿר־משלי. אַזוי ווי די ערד, וואָס ציט צו זיך צו אַלע אָביעקטן פֿון אַלע זײַטן, ציט דער „כּוח־המושך‟ פֿונעם צדיק צו זיך צו אַלע נשמות. ווען אַבֿרהם אָבֿינו האָט געזאָגט, אַז ער איז „עפֿר ואפֿר‟ — שטויב און אַש — מיינענדיק זײַן ביטול פֿאַרן באַשעפֿער, האָט ער דערמיט מרמז געווען, אַז ברוחניות רעפּרעזענטירט ער דעם יסוד־העפֿר, דעם ערד־עלעמענט, זײַענדיק אַ צענטער פֿון דער גײַסטיקע צוצי־קראַפֿט. צוליב דער זעלבער סיבה, האָט דער משכּן געטראָגן אַזאַ נאָמען, זײַענדיק אַ וועלט־צענטער פֿאַרבונדן מיטן וואָרט „המשכה‟.
הרבֿ נחמן טשערינער, איינער פֿון די גרעסטע פֿריִיקע בראַצלעווער חסידים אינעם 19טן יאָרהונדערט, איז מפֿרש רבי נחמנס ווערטער און גיט צו, אַז כּדי דער גײַסטיקער כּוח־המושך זאָל נישט פֿאַרברענען דעם מענטש אינעם הימלישן פֿײַער, שטעקט אינעם מענטשלעכן גוף אויך דער פֿאַרקערטער אָפּשטויסנדיקער „כּוח־המכריח‟. דווקא צוליב דער אינערלעכער וויבראַציע־דינאַמיק צווישן דעם גוף און נשמה, קאָן מען זיך דערנענטערן צום באַשעפֿער.
הגם דער טשערינער רבֿ רעדט וועגן רוחניותדיקע ענינים, באַנוצט ער זיך בפֿירוש מיטן אימאַזש פֿון אַ מין מעטאַפֿיזישע גראַוויטאַציאָנעלע כוואַליעס. ענלעכע אימאַזשן זענען אויך באַקאַנט אין חב״ד־חסידות. דער ענין פֿון „רצוא ושובֿ‟ — קאָסמישע וויבראַציעס — איז ברייט פֿאַרשפּרייט אין דער חסידישער מעטאַפֿיזיק און וואָלט געקאָנט דינען ווי אַ יסוד פֿון ערנסטע פֿילאָסאָפֿישע דיסקוסיעס וועגן די איצטיקע וויסנשאַפֿטלעכע אַנטדעקונגען. עס באַקומט זיך דעמאָלט אָבער, אַז די שוואַרצע לעכער זענען מרמז אויפֿן רבונו־של־עולם, דעם אַבסאָלוטן צוצי־כּוח.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.