(די 2 טע זײַט פֿון 3)
ס׳איז אויך כּדאַי צו באַמערקן, אַז די שוואַרצע לעכער זענען, אין דער אמתן, נישט אינגאַנצן פֿינצטער און באַהאַלטן. אדרבה, דווקא צוליב זייער ריזיקן גראַוויטאַציע־פֿעלד בייגן זיי די פֿאַרבײַפֿליִענדיקע ליכט־שטראַלן, דינענדיק אַזוי אַרום ווי ריזיקע לינדזן. דער באַרימטער פֿיזיקער סטיווען האָקינג האָט פֿאָרויסגעזאָגט, אַז פֿון אַ שוואַרצער לאָך שטראַלט יאָ אַרויס אַ ביסל שײַן, צוליב דעם קוואַנט־פּרינציפּ פֿון „אומבאַשטימטקייט‟. אינעם יאָר 1973 האָט האָקינג באַזוכט דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ די סאָוועטישע וויסנשאַפֿטלער האָבן שוין באַטראַכט דעם דאָזיקן פֿענאָמען.
אַלכּסנדר פּאָלטאָראַק, אַ רוסישער פֿרומער ייִד, האָט אָנגעשריבן אַ גאַנצע ריי אַרטיקלען וועגן גראַוויטאַציאָנעלע כוואַליעס אויף זײַן וועבזײַט Quantumtorah.com. פּאָלטאָראַק פֿירט אָן מיט אַ פֿירמע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט פּאַטענטן און אויטאָר־רעכט. לויט זײַנע ווערטער, האָט ער אַמאָל באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין טעאָרעטישער פֿיזיק אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וועלכן מע האָט בײַ אים אָפּגענומען, ווען ער האָט אימיגרירט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. זיך באַנוצנדיק מיט קבלה־טערמינען, דערקלערט פּאָלטאָראַק, אַז די שוואַרצע לעכער רעפּרעזענטירן די סיטרא־אחרא און שטעלן מיט זיך פֿאָר, מעגלעך, פּאָרטאַלן צו פֿרעמדע וועלטן פֿון די קליפּות.
פּאָלטאָראַקס אַרטיקל פֿאַרלאָזט זיך אויף צווייפֿלהאַפֿטיקע אָפּטײַטשן און קבלה, אויסגעמישט מיט פֿאַנטאַסטישע טעאָריעס, וואָס בלויז אַ קליינע צאָל וויסנשאַפֿטלער נעמען אָן. הגם סטיווען האָקינג האָט מיט עטלעכע חדשים צוריק טאַקע געשטיצט די טעאָריע, לויט וועלכער די שוואַרצע לעכער שטעלן מיט זיך פֿאָר טונעלן אין אַנדערע אוניווערסן, בלײַבט עס אַ מאַרגינאַלע היפּאָטעז. אַזוי צי אַזוי, אויב מע וויל באַטראַכטן גראַוויטאַציע בכלל און גראַוויטאַציאָנעלע כוואַליעס בפֿרט פֿון דער ייִדישער פּערספּעקטיוו, דאַרף מען קודם־כּל דערמאָנען די קלאַסישע ספֿרים, וווּ די דאָזיקע טעמע ווערט באַטראַכט. די היסטאָריאָגראַפֿיע פֿון פֿאַרשיידענע אַמאָליקע באַהאַנדלונגען אויף דער דאָזיקע טעמע איז גאַנץ ממשותדיק און באַלערנדיק.
אינעם 14טן יאָרהונדערט, האָט דער פּראָמינענטער ספֿרדישער חכם הרבֿ חסדאי קרשׂקשׂ (קרעסקאַס) באַמערקט אין זײַן קלאַסישן פֿילאָסאָפֿישן ספֿר „אור השם‟, אַז די אַנדערע פּלאַנעטן קאָנען פֿאַרמאָגן אַן אייגענע צוצי־כּוח, צוליב וועלכן די באַשעפֿענישן, וואָס וווינען דאָרטן, פֿאַלן נישט אַרויס אינעם קאָסמאָס. קרשׂקשׂ איז געווען איינער פֿון די ערשטע דענקער, וואָס האָבן בפֿירוש באַטראַכט די מעגלעכקייט פֿון לעבן אויף אַנדערע פּלאַנעטן. אויפֿן סמך פֿון גמרא, באַטאָנט ער, אַז דעם באַשעפֿערס השגחה פֿאַרשפּרייט זיך אויף 18,000 וועלטן. אויב אַזוי, באַקומט זיך, אַז אינעם אוניווערס זענען פֿאַראַן טויזנטער פֿאַרשיידענע ציוויליזאַציעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.