(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אינעם יאָר 2013 האָט זיך אויף דער רוסלענדישער טעלעוויזיע געוויזן אַן אַנדער אַנימאַציע־פֿילם וועגן ייִדן, ווי אַ טייל פֿונעם „אַדלשטיינער־באַרג”. אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ אַנדערע פֿילמען אינעם סעריאַל, האָט זיך דער ייִדישער עפּיזאָד באַקומען נודנע און אומגעלומפּערט. אַנשטאָט קלאַסישע וווּנדער־מעשׂיות וועגן דעם גולם אָדער די מופֿתים וועגן די חסידישע צדיקים, וואָס וואָלטן געשטימט מיטן אַלגעמיינעם פֿאָלקלאָרישן גײַסט פֿונעם סעריאַל, ווערט דערציילט אויף אַן אומגעראָטענעם אופֿן וועגן דער אייביקייט פֿון דער ייִדישער מסורה. ענלעך צו די אומגעלומפּערטע קינדער־ביכלעך, וואָס ווערן פֿאַרקויפֿט אין די הײַנטיקער ניו־יאָרקער חסידישע קראָמען, טראָגן די ייִדן אינעם אוראַלטן מצרים שוואַרצע רעקלעך און שטרײַמלעך. אַזאַ אַנאַכראָניזם וואָלט געקאָנט דינען ווי אַ הינטערגרונג צו עפּעס אַ פֿאַרכאַפּנדיקן סיפּור־המעשׂה; אָן אַ קאָנקרעטן סוזשעט זעט עס אָבער אויס נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן.
וואָס שייך דעם ייִדישן אַלף־בית, גלייבן טאַקע די לינגוויסטן, אַז דער אות „חית‟ האָט לכתּחילה אויסגעזען ווי אַ צוים און דערפֿאַר טראָגט ער אַזאַ נאָמען. אַ דורכשניטלעכער ייִד און אַפֿילו אַ טראַדיציאָנעלער תּלמיד־חכם הייבן אָבער נישט אָן צו וויסן וועגן אַזעלכע אַסאָציאַציעס. נאָך צווייפֿלהאַפֿטיקער איז די היפּאָטעטישע אַסאָציאַציע פֿונעם „טית‟ מיט אַ שלאַנג. אַלע אותיות פֿונעם רוסישן אַלף־ּבית, וואָס שטאַמט פֿון מיטל־ׁעלטערלעכער בולגאַריע, האָבן פֿאַר דער רעוואָלוציע געטראָגן באַדײַטפֿולע נעמען, וואָס זענען מער פֿאַרשטענדלעך פֿאַר די הײַנטיקע רוסן, ווי אַזעלכע מיסטעריעזע אוראַלטע ווערטער ווי „חית‟ און „טית‟ פֿאַר אַ דורכשניטלעכן ייִד.
אין דער אמתן, זענען אין דער ייִדישער טראַדיציע פֿאַראַן אַ סך מעשׂיות וועגן דעם אַלף־בית, וואָס וואָלטן געקאָנט זיך גוט אַרײַנפּאַסן אינעם פֿאָלקלאָרישן סטיל פֿונעם רוסישן סעריאַל. אַ שאָד, אַז די שאַפֿער פֿון דער אַנימאַציע האָבן זיך פֿאָקוסירט אויף דער תּנ״כישער תּקופֿה, אַנשטאָט אַזעלכע מדרשים, ווי „אותיות דרבי עקיבֿא‟ אָדער חנעוודיקע מעשׂיות וועגן דעם בעל־שם־טובֿ, וועלכער האָט באַטאָנט, אַז אינעם אַלף־בית שטעקט אַ ריזיקער מיסטישער כּוח. אָן קיין תּפֿילות און הייליקע שמות, בלויז איבערציילנדיק די אותיות, ווי אַ חדר־ייִנגל, מיט אַ גרויסער כּוונה, קאָן מען זיך אָפּראַטעווען פֿון ים־גזלנים און זאָגן די טײַערסטע תּפֿילה.
אינעם קלאַסישן מדרש „אותיות דרבי עקיבֿא‟ ווערן אַלע אותיות פֿונעם ייִדישן אַלף־בית געשילדערט ווי לעבעדיקע באַשעפֿענישן. די פֿאָרעם און דער נאָמען פֿון יעדן אות רעפּרעזענטירט זײַן כאַראַקטער און די ראָלע אינעם אוניווערס. די אותיות באַווײַזן זיך ווי מלאָכים אינעם בית־דין־של־מעלה; ווען דער אייבערשטער האָט געוואָלט באַשאַפֿן די וועלט, האָט יעדער אות געבעטן צו דינען ווי דער פֿאַרמיטלער אין דער בריאת־העולם. אָנהייבנדיק פֿונעם „תּוו‟, אינעם פֿאַרקערטן סדר, האָט דער רבונו־של־ׁעולם זיי אָפּגעזאָגט. למשל, דער „יוד‟ האָט געטענהט, אַז ער שטייט דאָך בראָש אינעם באַשעפֿערס הייליקן נאָמען, ווי אויך בײַם אָנהייב פֿון אַ ריי גאָר וויכטיקער פּסוקים. האָט דער אייבערשטער געעפֿנפֿערט: ניין, ווײַל „יצר הרע‟ הייבט זיך אָן אויך מיט אַ „יוד‟.
ווען די אותיות האָבן זיך געווענדט צום באַשעפֿער, איז דער באַשיידענער „אַלף‟ געשטאַנען אויף דער זײַט און געשוויגן. דעם אות „בית‟, וועלכער האָט באַטאָנט, אַז ער איז אַ געבענטשעטער, וואָס מיט אים הייבט זיך אָן דאָס וואָרט „ברוך‟, האָט דער אייבערשטער שוין מכבד געווען צו שטיין בײַם סאַמע אָנהייב פֿון דער תּורה, אינעם וואָרט „בראשית‟. האָט דער רבונו־של־עולם געפֿרעגט דעם „אַלף”: פֿאַרוואָס שווײַגסטו? האָט דער „אַלף‟ געענטפֿערט, אַז ער איז דאָך אַ נישטיקער אות, בגמטריא דער קלענסטער. דער אייבערשטער האָט געענטפֿערט, אַז ער אַליין איז דאָך אַליין דער איין־און־אייניציקער בורא־עולם, דערפֿאַר וועט ער אָנהייבן זײַנע צען געבאָט אין דער תּורה מיט אַן „אַלף‟.
אַזוי צי אַזוי, איז מערקווירדיק, אַז דער אַלגעמיינער רוסישער צוקוקער באַקענט זיך מיט די יסודות פֿון דער ייִדישער קולטור, אויב אַפֿילו אויף אַן אומגעלומפּערטן אופֿן. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז מער פֿאַרכאַפּנדיקע סוזשעטן, ווי די דערמאָנטע מדרש־מעשׂה, וועלן זיך אויך אַמאָל באַווײַזן אויפֿן טעלעוויזיע־עקראַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.