דעם 17טן אַפּריל איז אין פּעטערבורג, רוסלאַנד, פֿאָרגעקומען אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ פֿון ייִדישע שטודיעס אין אָנדענק פֿון וולאַדימיר יאַקאָבסאָן, אַ וועלט־באַקאַנטער מומחה אין מיזרחדיקע שפּראַכן און קולטורן, וועלכער איז ניפֿטר געוואָרן מיט אַ יאָר צוריק.
אין שײַכות מיט דער קאָנפֿערענץ, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט 48 פֿאָרטרעגער פֿון אַ ריי לענדער, האָט דער פּעטערבורגער „יודאַיִקע־אינסטיטוט‟ לעצטנס אַרויסגעגעבן די נײַע זאַמלונג אַרטיקלען אויף איבער 400 זײַטן, געווידמעט פֿאַרשיידנאַרטיקע טעמעס, פֿון אוראַלטע בבֿלישע דאָקומענטן און פּאָעטיק פֿונעם תּנ״כישן ספֿר־ישעיה, ביז אַקטועלע ענינים פֿונעם הײַנטיקן ייִדישן לעבן אין מיזרח־אייראָפּע און אַנדערע ראַיאָנען. אַ צאָל אַרטיקלען און פֿאָרטראָגן האָבן געהאַט אַ דירעקט שײַכות צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
אינעם באַנד דערציילן יוסף און יהודית זיסלין וועגן זייער טאַטן, מאיר זיסלין (1916־2003), אַ באַקאַנטער סאָוועטישער פֿאָרשער פֿון העברעיִש, וועלכער האָט פֿאַרענדיקט אַ העברעיִש־שפּראַכיקע גימנאַזיע אין דווינסק, לעטלאַנד, און האָט פֿון קינדווײַז אָן גוט געקענט לשון־קודש.
אין די 1920ער און 1930ער יאָרן האָט זיסלין זיך באַטייליקט אין דער לינק־געשטימטער ציוניסטישער באַוועגונג „השומר הצעיר‟ און האָט זיך געקליבן אַוועקצופֿאָרן קיין פּאַלעסטינע. למעשׂה, איז ער אָבער געבליבן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און אינעם יאָר 1948 פֿאַרטיידיקט אינעם מאָסקווער מלוכישן אוניווערסיטעט אַ דיפּלאָם, געווידמער דער העברעיִשער פּרעסע פֿון דער דעמאָלטיקער מאַנדאַט־פּאַלעסטינע. אינעם יאָר 1990 איז אין מאָסקווע פּובליקירט געוואָרן זײַן אַקאַדעמישע אויסגאַבע פֿונעם קראָיִשן דיקדוק־ספֿר „מאור עין‟, אַ רעזולטאַט פֿון 20 יאָר פֿאָרשונגען.
אין דער זעלבער צײַט, איז זיסלין געווען אַ ייִדישיסט. די רײַכסטע ייִדישע שיכטן אין דווינסק האָבן גערעדט אויף דײַטש און האָבן זיך אינטערעסירט בלויז מיט דער „הויכער‟ דײַטשישער קולטור. אַזוי ווי אין אַנדערע מיזרח־אייראָפּעיִשע שטעט, האָט צווישן די אָרטיקע העברעיִסטן און ייִדישיסטן געברענט אַ שאַרף מחלוקת. מאיר זיסלין איז אָבער דערצויגן געוואָרן אין אַ זעלטענער סבֿיבֿה, וווּ די ליבשאַפֿט צום פּשוטן מאַמע־לשון פֿונעם פֿאָלק האָט נישט געשטערט דעם אינטערעס צו וועלטלעכע לשון־קודשדיקע פֿאָרשונגען.
אין אַ צווייטן אַרטיקל אין דעם באַנד, דערציילט דער פּעטערבורגער פֿאָרשער מאַראַט יונוסאָוו וועגן די באַרימטע נסיעות פֿונעם ייִדיש־שפּאַנישן סוחר בנימין פֿון טודעלע, וועלכער האָט אינעם 12טן יאָרהונדערט באַזוכט די סירישע שטאָט פּאַלמירע און האָט עס געשילדערט אין זײַנע רײַזע־נאָטיצן. אינעם יאָר 1678 האָט אַ גרופּע בריטישע סוחרים געפּרוּווט זיך צו דערקלײַבן ביז דער דאָזיקער לעגענדאַרער שטאָט. צוליב גרויסע סכּנות, האָבן זיי זיך אָבער אומגעקערט קיין אייראָפּע. דער ייִדישער לייענער איז אָבער שוין געווען באַקאַנט מיט פּאַלמיטע לויט „מסעות בנימין‟; דער ספֿר איז אַרויס אין 1543 און איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף ייִדיש.
די פּעטערבורגער פֿאָרשערין סאָפֿיאַ כאַזדאַן דערציילט וועגן די ספּעציפֿישע שריפֿטן פֿון די ייִדישע אינקונאַבולעס — די פֿריִיִקסטע געדרוקטע ביכער, וועלכער האָבן פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿונעם באַקאַנטן כּתבֿ־רש״י און דעם אַשכּנזישן „ווײַבערטײַטש‟, דעם כּתבֿ פֿון די אַמאָליקע „צאינה־וראינהס‟ און אַנדערע קלאַסישע אַלט־ייִדישע ביכער. דער „ווײַבערטײַטש‟ שטאַמט פֿונעם אַשכּנזישן האַנטשריפֿטלעכן אַלף־בית; די ערשטע דרוקער האָבן נאָכגעמאַכט דעם סטיל פֿון כּתבֿ־ידן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.