(די 2 טע זײַט פֿון 2)
וועראַ קנאָרינג, אַ באַקאַנטער פּעטערבורגער ייִדיש־קענערין, דערציילט וועגן דעם דרײַ־שפּראַכיקן כאַראַקטער פֿון די רוסלענדישע משׂכּילישע ביכער. ווי שמעון דובנאָוו האָט באַמערקט, האָט צווישן די משׂכּילים געהערשט אַ „פֿאַטאַלע דרײַ־שפּראַכיקייט‟; די מלוכישע שפּראַך פֿונעם לאַנד איז געווען רוסיש, אָבער ס׳רובֿ ייִדן האָבן גערעדט אויף ייִדיש און אַ טייל פֿון זיי האָבן געמיינט, אַז ערנסטע ביכער מוז מען שרײַבן אויף לשון־קודש. אַזוי צי אַזוי, האָט דער שפּראַכלעכער מישמאַש משפּיע געווען אויף מענדעלע מוכר־ספֿרים אַיבערצוגיין פֿון העברעיִש אויף ייִדיש.
דער פּעטערבורגער ייִדישער פּאָעט און פּראָפֿעסיאָנעלער איבערזעצער ישׂראל נעקראַסאָוו, וועלכער האָט נישט לאַנד צוריק אַרויסגעגעבן זײַן פּאָעטישע זאַמלונג, איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ פֿאָרטראָג וועגן יצחק באַשעוויסעס דערציילונג „אַן ערבֿ־חנוכּה אין וואַרשע‟, וועלכע איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן ווי אַ המשך אין פֿיר נומערן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ אין די יאָרן 1975 און 1976. דאָס ווערק, וואָס טראָגט בפֿירוש אַן אויטאָביאָגראַפֿישן כאַראַקטער, האָט דער גרויסער שרײַבער פֿאַרעפֿנטלעכט טאַקע לכּבֿוד חנוכּה. אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע אויסגעטראַכטע מעשׂיות פֿונעם זעלבן מחבר, דערמעגלעכט זײַן חנוכּה־דערציילונג אַרײַנצוקוקן אין דער אינערלעכער אין דרויסנדיקער וועלט פֿונעם קליינעם יצחק זינגער, וועלכער איז שפּעטער באַרימט געוואָרן איבער דער וועלט אונטערן פּסעוודאָנים באַשעוויס.
אירינאַ לאַפּינאַ, אַ היסטאָרישע פֿאָרשערין פֿונעם פּעטערבורגער פּעדאַגאָגישן אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון גערצען, דערציילט וועגן דער טעטיקייט פֿון זרח גרינבערג, דער פֿאָלקס־קאָמיסאַר פֿונעם פּעטראָגראַדער בילדונג־ראַיאָן, וועלכער האָט געשטעלט אַ טראָפּ אויף דער ייִדישער שפּראַך. ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט פּעטערבורג פֿון 1914 ביז 1924 געהייסן פּעטראָגראַד.
אויף דער קאָנפֿערענץ האָבן אַ צאָל אַנדערע באַטייליקטע אין דער קאָנפֿערענץ אויך דערמאָנט פֿאַרשיידענע ענינים, וואָס האָבן צו טאָן מיט דער מוזיקאַלישער און ליטעראַרישער שעפֿערישקייט אויף דער ייִדישער שפּראַך. אַחוץ אַ גאַנצער ריי אָרטיקע פֿאָרשער, זענען אויפֿגעטראָטן פּראָמינענטע וויסנשאַפֿטלער פֿון אַ צאָל אַנדערע לענדער, אַרײַנגערעכנט פּוילן, בולגאַריע און גרוזיע. נאָכן אַרײַנפֿיר פֿון דמיטרי עליאַשעוויטש, דער רעקטאָר פֿונעם פּעטערבורגער „יודאַיִקע־אינסטיטוט‟, האָט די קאָנפֿערענץ זיך אָנגעהויבן מיט וולאַדימיר יעמעליאַנאָווס לעקציע וועגן יאַקאָבסאָן.
וולאַדימיר יאַקאָבסאָן איז געבוירן געוואָרן אין 1930, אין דער שאַכטיאָרישער מיזרח־אוקראַיִנישער שטאָט לוגאַנסק, איצט טרויעריק באַקאַנט ווי איינער פֿון די צענטערס פֿונעם באַוואָפֿנטן קאָנפֿליקט צווישן אוקראַיִנע און די פּראָ־רוסישע סעפּאַראַטיסטן. אין סטאַלינס תּקופֿה האָט ער געליטן פֿון אַנטיסעמיטישע רדיפֿות. שפּעטער, אינעם יאָר 1967, האָט ער פֿאַרטיידיקט זײַן קאַנדידאַט־דיסערטאַציע וועגן די געזעצן און געזעלשאַפֿט אין דער נײַ־אַסירישער אימפּעריע. אינעם יאָר 1988 האָט ער פֿאַרטיידיקט זײַן דאָקטאָר־דיסערטאַציע און איז געוואָרן באַקאַנט ווי אַ פֿירנדיקער סאָוועטישער ספּעציאַליסט אין פֿלעקל־שריפֿטלעכע דאָקומענטן. ווי אַ מומחה אין אַקאַדיש און שומעריש, האָט ער אויך גוט געקענט לשון־קודש. אינעם שפּעטערדיקן פּעריאָד פֿון זײַן לעבן, האָט ער כּסדר געפֿירט לעקציעס אינעם פּעטערבורגער „יודאַיִקע־אינסטיטוט‟ און אַנדערע ייִדישע בילדונג־אָרגאַניזאַציעס.
די פֿאַרגאַנגענע קאָנפֿערענץ ווײַזט, אַז אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד בליט אַן אַנטוויקלטע נעץ פֿון ייִדישע שטודיעס, וועלכע שטאַמט, אין אַ ממשותדיקער מאָס, פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. להיפּוך צום פֿאַרשפּרייטן מערבֿדיקן סטערעאָטיפּ און נישט געקוקט אויף די אַנטיסעמיטישע חשדים און רדיפֿות, האָבן אַ צאָל פּראָמינענטע סאָוועטישע וויסנשאַפֿטלער כּסדר געפֿאָרשט אַלטע כּתבֿ־ידן און אַנדערע ייִדישע ענינים. אַ טייל פֿון זיי האָבן פּובליקירט די רעזולטאַטן פֿון זייערע פֿאָרשונגען אויף ייִדיש אינעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟.
אַפֿילו אַזעלכע אָרגאַניזאַציעס מיט אַ פֿינצטערער רעפּוטאַציע, ווי די אַמאָליקע „יעווסעקציע‟, האָט זיך פֿאָרט פֿאַרנומען אינעם פֿריִיִקן ראַטן־פֿאַרבאַנד מיט וויכטיקער שעפֿערישער טעטיקייט. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז די ווײַטערדיקע פֿאָרשונגען וועלן העלפֿן וואַרפֿן אַ שײַן אויף די פֿאַרגעסענע און ווייניק באַוווּסטע אַספּעקטן פֿונעם אָפֿיציעלן און אומאָפֿיציעלן ייִדישן לעבן במשך פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.