דער ערשטער אַרטיקל מײַנער וואָס איז דערשינען נאָך דעם וואָס איך בין געוואָרן אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער אין „פֿאָרווערטס‟ האָט געטראָגן דאָס קעפּל „אין מלכות פֿון די היפּסטערס‟. אינעם אַרטיקל האָב איך געגעבן מײַנע אײַנדרוקן פֿון דער גאָר־עקצענטרישער און משונה־טײַערער געגנט וויליאַמסבורג. איצט, צוליב דעם וואָס איך האָב פֿאַרלאָזט וויליאַמסבורג און איך וווין שוין אַ פּאָר חדשים אויפֿן „אָפּער־וועסט־סײַד‟, האַלט איך, אַז ס׳איז כּדאַי צו באַשרײַבן מײַן נײַעם אַרום בכלל און זײַן ייִדישן לעבן בפֿרט.
ווי אַ קינד אין פֿילאַדעלפֿיע, וואָס איז צו יענער צײַט בכלל געווען אַן אָרעמע און געפֿערלעכע שטאָט, אָן קיין סך באַקוועמלעכקייטן, האָט גאַנץ ניו־יאָרק מיר אויסגעזען ווי עפּעס אַן אַנדער לאַנד, אַ מקום־מיקלט פֿאַר די גבֿירים און אַ שפּילפּלאַץ פֿאַר די באַרימטע פּערזענלעכקייטן. איך האָב, פֿאַרשטייט זיך, געהאַט זייער אַ פֿאַלשן אײַנדרוק פֿונעם „גרויסן עפּל‟. עס וווינען דאָ דאָך מיליאָנען אָרעמע און כּמעט־אָרעמע מענטשן און ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די שטאָט פֿאַרמאָגט אָן אַ שיעור עשירות אין פֿאַרגלײַך מיט מײַן היימשטאָט (שוין אָפּגערעדט פֿון גוטע עפֿנטלעכע שולן, ביבליאָטעקן און מוזייען), לײַדט ניו־יאָרק אויך פֿון זייער אַ סך צרות. צענדליקער טויזנטער מענטשן פֿאַרלירן יעדעס יאָר זייערע וווינונגען צוליב דער „גענטריפֿיקאַציע‟ און מוזן דערפֿאַר פֿאַרלאָזן די שטאָט. די אונטערבאַנען פֿאָרן אַלץ פּאַמעלעכער און דאַרפֿן פֿאַרראָכטן ווערן אַלץ אָפֿטער. און אַוודאי איז דאָ די שטענדיקע צרה פֿון די היימלאָזע, וואָס בעטלען אומעטום און האָבן ניט וווּ צו נעכטיקן אָדער גענוג געלט צו קויפֿן אַ שטיקל ברויט.
ניט געקוקט אויף דעם, וואָס מײַן קינדערישע פֿאַנטאַזיע פֿון ניו־יאָרק איז געווען אַ פֿאַלשע, פֿילט דער „אָפּער־וועסט־סײַד‟ יאָ ווי אַ מין מקום־מיקלט, וווּ מע קען זיך באַהאַלטן פֿונעם רעש און זשום פֿון דער שטאָט. אין פֿאַרגלײַך מיטן היפּסטערישן וויליאַמבסורג איז עס ממש שטיל און איידל. איין סיבה דערפֿאַר איז ווײַל להיפּוך צו וויליאַמסבורג, וווּ עס וווינען כּמעט אויסשליסלעך יונגע־לײַט, איז דער „אָפּער־וועסט־סײַד‟ באַפֿעלקערט פֿון מענטשן פֿון אַלע עלטערס, איבערהויפּט זקנים און יונגע משפּחות מיט קליינע קינדער.
אַזוי ווי אין וויליאַמסבורג, איז דאָ אַ גרויסער אונטערשייד צווישן די נײַ־געקומענע און די אַלט־געזעסענע, אָבער אַנשטאָט אַ קאָנקורענץ צווישן די אָרעמע אײַנגעוואָרצלטע תּשובֿים און די רײַכע „גענטריפֿיצירער‟, זענען ביידע באַפֿעלקערונגען אויפֿן „אָפּער־וועסט־סײַד‟ רײַך, נאָר אויף באַזונדערע אופֿנים. ס׳רובֿ פֿון די אַלט־געזעסענע תּשובֿים פֿאַרמאָגן שוין עטלעכע דירות אָדער הײַזער. צוליב דעם וואָס די פּרײַזן פֿונעם גרונטאייגנס אין ניו־יאָרק האָבן געשטיגן אויף אַ קאָלאַסאַלן אופֿן, זענען די דאָזיקע „אָפּער־וועסט־סײַדניקעס‟ אַ סך רײַכער געוואָרן אין די לעצטע צוואַנציק יאָר. די נײַ־געקומענע ציִען זיך שוין אַרײַן מיט געלט און קלײַבן אויס דירות אין נײַע בנינים, וואָס האָבן ניט די אַלטמאָדישע סאָפֿיסטיצירטקייט פֿון די עלטערע געבײַדעס אָבער פֿאַרמאָגן יאָ זייער אַ סך אויסגעפּוצטע באַקוועמלעכקייטן אַזוי ווי ספּאָרט־זאַלן און שווים־באַסיינען.
נאָך די צוויי גרופּעס „גבֿירעמלעך‟ פֿאַרמאָגט די „אָפּער־וועסט־סײַד‟ נאָך אַ גרופּע: יונגע־לײַט, וואָס דינגען פּיצינקע דירות און טיילן זיך מיט זייערע שלאָפֿצימערן. ס׳רובֿ פֿון די יונגע־לײַט זענען דווקא מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ייִדן, וואָס לערנען זיך אין „קאָלומביע‟־אוניווערסיטעט אָדער „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ צי אַפֿילו אין „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟. אין דער קאַטעגאָריע געפֿינט מען אויך אַ סך יונגע חתונה־געהאַטע פּאָרפֿעלקער, וואָס קוועטשן זיך אַרײַן אין דירות, וואָס מע האָט לכתּחילה געבויט פֿאַר איין מענטש.
אַז מע שפּאַצירט אויף דער גאַס, באַמערקט מען ווי אַ סך פֿון די מענטשן אין דער געגנט גיבן זיך אָפּ מיטן האָדעווען הינט אָדער קינדער. עס זעט אויס, אַז יעדער צווייטער מענטש שטופּט אַ וועגעלע מיט אַ קינד אָדער גייט מיט אַ הונט אויף אַ שטריק. אַ מאָל זעט מען טשיקאַווע וואַריאַציעס דערפֿון: מענטשן וואָס האָבן ניט קיין צײַט אַליין צו גיין מיט זייערע הינט דינגען פּראָפֿעסיאָנעלע „הינט־שלעפּער‟, וואָס גייען מיט עטלעכע און אַפֿילו צענדליקער הינט מיט אַ מאָל. פֿון דער אַנדערער זײַט זעט מען עפּעס ענלעך מיט די קינדער: מענטשן באַצאָלן נאַניעס צו פֿירן זייערע קינדער אין שול אַרײַן. ס׳איז ניט קיין נאָווינע צו זען, אַז אַ נאַניע זאָל טאָן ביידע מיט אַ מאָל: די נעבעכדיקע פֿרוי דאַרף פֿירן אַ פּאָר קינדער אין שול אַרײַן און צו דער זעלביקער צײַט מיטברענגען דעם באַלעבאָס׳ הינט. איין מאָל האָב איך טאַקע געזען, ווי אַ פֿרוי גייט מיט אַ קינד אויף אַ שטריק בשעת זי שטופּט דעם ייִנגלס וועגעלע, אין וועלכן ס׳איז געזעסן אַ הונט!
להיפּוך צי די פֿרומע ייִדן אין וויליאַמסבורג, וואָס פֿאַרמאָגן בכלל ניט קיין שטוב־חיות און האָבן אָפֿט מורא פֿאַר הינט, זעט מען גאַנץ אָפֿט אויפֿן „אָפּער־וועסט־סײַד‟ ווי אַ פֿרומער ייִד גייט מיט זײַן הונט. איך געדענק בפֿירוש דאָס ערשטע מאָל, וואָס איך האָב געזען ווי אַ „ישיבֿישער‟ ייִד גייט שפּאַצירן מיט אַ הונט. געהאַט האָט ער אַ „שיוואַוואַ‟ אויף אַ שטריק. צו יענער צײַט איז געווען אַ סך שניי אויף דער גאַס און דאָס הינטעלע האָט, נעבעך, געדאַרפֿט טראָגן קליינטשיקע שטיוועלעך אָפּצוהיטן זײַנע לעפּעלעך פֿונעם קעלט. איך האָב אַ קוק געטאָן אויפֿן פֿרומען ייִד און דערנאָך אויף זײַן הינטלס שטיוועלעך און איך האָב ממש געקענט הערן, ווי זײַנע אָבֿות קוקן זיך אויף אים אין הימל געפּלעפֿט און שושקענען צווישן זיך וועגן זײַן „גוייִשן נחת‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.