(די 2 טע זײַט פֿון 3)
„ווער איז דאָ?“ פֿרעג איך אים.
„מײַן מחותּן, אסתּרס פֿעטער“.
„איך גיי נישט אין ערגעץ. איך ראַם יעצט אין קעלער. איך האַלט אין מיט איבערפּאַקן אַלטע קליידער צו שיקן קיין ישׂראל. וואָס האָט דען אסתּרס פֿעטער צו טאָן מיט מיר?“
„ער איז אַן אַלמן. ס׳איז אָט ערשט נאָך די שלושים, און ווען ער האָט אונדז געזאָגט, אַז ער וויל ווידער חתונה האָבן, האָב איך זיך דערמאָנט אין דיר“.
„דערצייל מיר כאָטש עפּעס וועגן אים. ס׳איז נישט גענוג ער זאָל האָבן צוויי אויגן און אַ דפֿק.“
„ער איז אַ קלוגער. ער האָט אַ מאַגיסטער אין עפּעס אַ וויכטיקער זאַך. ער איז אַ ביסל אַ קאַרגער, אַבער נישקשה. ער וואָלט געקענט פֿאַרלירן עטלעכע פֿונט, אָבער ווען ער וואָלט געהאַט אַ ווײַב צו קאָכן געזונטע עסנס פֿאַר אים וואָלט ער נישט געגעסן ׳טשיפּס׳ אַלע טאָג…“ ער וואָלט מיר דערציילט נאָך מער, אָבער כ׳האָב שוין געהערט גענוג.
„הממם, אַ וואָסער אַרבעט טוט ער יעצט, דײַן מחותּן?“
„וואָס פֿרעגסטו אַזוי פֿיל קשיאות? שוין עטלעכע יאָר וואָס ער לערנט צוריקגעהאַלטענע ייִנגלעך אַלף־בית אין אַ תּלמוד־תּורה. אָבער דאָס מאַכט נישט אויס. ער איז קלוג גענוג. וואָס האַלטסטו זיך אַזוי גרויס?“
„מרדכי, זײַ אַזוי גוט און שיק אים צו צום טעלעפֿאָן.‟
כ׳האָב געוואַרט אַ מינוט, צוויי. כ׳האָב געהערט ווי מ׳קריגט זיך. סוף־כּל־סוף איז מרדכי צוריקגעקומען צום טעלעפֿאָן און געזאָגט: „ער שעמט זיך‟.
יעצט, אַז איך האָב געזען אַז דאָס איז נישט פֿאַר מיר, בין איך ווידער געוואָרן די פּראָפֿעסיאָנעלע שדכנטע, אַ ראָלע וואָס פֿילט זיך מיר אַזוי באַקוועם ווי אַ פּאָר אַלטע, גוט אײַנגעאַרבעטע שטעקשיך. „זאָג אים, אַז איך קען אים העלפֿן,“ און געדענקענדיק אַז ער איז אַ קאַרגער האָב איך צוגעגעבן: ”און ס׳וועט אים נישט קאָסטן קיין איין סענט“.
ווען מרדכי האָט אים דאָס געזאָגט, האָט ער שוין גענומען דעם טעלעפֿאָן. איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט ווי אַ געניטע שדכנטע און מיר האָבן אַפּגעמאַכט, אַז מיר וועלן זיך טרעפֿן איינס אַ זייגער דעם קומענדיקן מיטוואָך אינעם כּשרן „קאַפֿע מיגדל‟, אַ ביליגער רעסטאַראַן, זייער פּשוט דעקאָרירט, וווּ מע פֿאַרקויפֿט קאַווע און פּאָנטשקעס, געפּרעגלט טייג באַשיט מיט צוקער מיט אײַנגעמאַכטס אין דער מיט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.