(די 3 טע זײַט פֿון 3)
פּונקט איינס אַ זייגער בין איך אַרײַנגעפֿאָרן אינעם פּאַרקירפּלאַץ פֿון „קאַפֿע מיגדל‟. איר וועט פֿרעגן: אויב איך האָב שוין געוווּסט אַז דער מאַן איז נישט פֿאַר מיר, פֿאַר וואָס זשע בין איך אים געגאַנגען טרעפֿן אַפֿילו ווי אַ שדכנטע? וועל איך אײַך זאָגן: איך האָב שוין אַזוי לאַנג געוואַרט צו זען ווי דער ערשטער שידוך מײַנער וועט אויסזען, אַז איך האָב גאָרניט געוואָלט פֿאַרפֿעלן. איך האָב אים געוואָלט זען מיט מײַנע אייגענע צוויי אויגן.
נו, פֿיר איך אַרײַן אין פּאַרקירפּלאַץ און אַ מאַן רונד ווי אַ פֿעסל, אָנגעטאָן אין דזשינס און אַ ברוין העמד מיט דרײַ אויפֿגעשפּיליעטע קנעפּלעך אין פֿאָרנט, אַזוי אַז מע קען זען אַ גרויען לײַבעלע, שטייט דאָרט און קוקט זיך אַרום. אויב עס וואָלט טאַקע געווען מײַן אייגענע שידוך־ראַנדקע, וואָלט איך זיך ניט אָפּגעשטעלט און תּיכּף אַהיימגעפֿאָרן, אָבער איך האָב געשפּילט די ראָלע פֿון שדכנטע, האָב איך דאָס ניט געקענט טאָן.
דער מאַן האָט זיך דערפֿרייט ווען ער האָט מיך געזען. אַזוי ווי אין אַ פֿילם. די צײַט האָט זיך ווי אָפּגעשטעלט און מיר האָבן זיך געקוקט אין די אויגן. מיר איז נישט גוט געוואָרן, און ער האָט געשטראַלט ווי די זון. באַלד איז ער געוואָרן אַקטיוו. ער איז צוגעלאָפֿן און געשטאַנען פֿאַרן אויטאָ און געמאַכט מיט די הענט אַזוי ווי די מענער וואָס העלפֿן אַ פּילאָט פּאַרקירן אַן עראָפּלאַן: אַ ביסל מער לינקס, צוויי צאָל מער רעכטס, יעצט גלײַך צו מיר און שטעל זיך אָפּ, אַלץ געוויזן מיט די הענט. עס האָט געגיזלט פֿון אים און ער האָט זיך געווישט דאָס שווייס ווי נאָך אַ שווערע אַרבעט. מע וואָלט געקענט מיינען, אַז איך האָב קיין מאָל נישט פֿריִער פּאַרקירט מײַן קליינעם טאָיאָטע.
ער האָט פֿאַר מיר געעפֿנט די טיר פֿון אויטאָ און געלאָפֿן פֿאַר מיר צו עפֿענען די טירן פֿון רעסטאָראַן. ווען די פֿרוי הינטערן בופֿעט האָט געפֿרעגט וואָס מיר ווילן באַשטעלן האָט ער מיר געזאָגט: „ס׳איז איינס אַ זייגער. דו האָסט שוין מסתּמא געגעסן מיטאָג אין דער היים, ביסטו נישט הונגעריק. נעם דיר וואָס דו ווילסט צו טרינקען. עס האָט זיך מיר אָפּגענומען דאָס לשון. כ’האָב גאָרנישט געקענט זאָגן. ער האָט געמיינט איך שעם זיך, האָט ער מיך גענייט, ”נעם כאָטש אַ ביסל וואַסער“ און צו דער פֿרוי „גיב איר וואַסער…מיט אײַז“. און אַליין האָט ער זיך געהייסן געבן אַ קאַווע מיט אַ גרויסע מאַלינע פּאָנטשקע. די מאַמע און שייקספּיר האָבן ביידע געזאָגט: אַז דער סוף איז גוט, איז אַלץ גוט. ס׳איז טאַקע גוט געווען וואָס איך האָב גאָר נישט באַשטעלט פֿאַר זיך, ווײַל ווען איך האָב געזען ווי ער עסט איז מיר נישט גוט געוואָרן: ער האָט געקײַט און גערעדט אין דער זעלביקער צײַט און דאָס עסן איז אַרום און אַרום געגאַנגען ווי גרעט אין אַ וואַש מאַשין. און וועגן וואָס האָט ער גערעדט? ער האָט מיר געזאָגט ווי שיין איך בין און עס איז אַ מזל וואָס ער האָט זיך באַקענט מיט מיר די ערשטע ווײַל ער קען שוין אויפֿהערן זוכן: ער וועט מיך נעמען! כ׳האָב אים געענטפֿערט, אַז איך בין נישט פֿאַר אים און אפֿשר קען ער מיר טאָן אַ טובֿה און נישט רעדן ווען ער עסט, און פֿאַרמאַכן דאָס מויל ווען ער קײַט, ווײַל ס׳איז נישט העפֿלעך. „ווי קען מען רעדן, אַז מע האַלט דאָס מויל פֿאַרמאַכט? מײַן ווײַב פֿון דרײַסיק יאָר וואָס איז געווען אַן איידעלע נשמה האָט מיר דאָס קיין מאָל נישט געזאָגט.”
כ׳האָב שוין מער נישט געקענט אויסהאַלטן. כ׳האָב גאַרנישט געענטפֿערט נאָר געטראַכט, אַז זײַן ווײַב, זאָל זי האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן, איז מסתּמא אַלע מאָל געשטאַנען הינטער אים און אים סערווירט, נישט געזעסן אַנטקעגן אים בײַם טיש.
„אוי ,קוק וויפֿל ס׳איז שוין דער זייגער. איך מוז גיין. מיר וועלן רעדן טעלעפֿאָניש,“ האָב איך געזאָגט, זיך אויפֿגעהויבן און אַהיימגעפֿאָרן.
צוריק אין דער היים האָב איך זיך שווער אַראָפּגעלאָזט אויף אַ פֿאָטעל און שטילערהייט זיך צעוויינט. כ׳בין געווען אַזוי נײַגעריק צו וויסן ווער ס׳וועט זײַן מײַן ערשטער קאַוואַליר. נו, האָב איך געזען. אפֿשר איז טאַקע בעסער צו זײַן אַליין.
איך וועל אײַך נאָך שפּעטער דערציילן, ווי איך האָב זיך אָנגעטאָן אַ כּוח און געזוכט ווײַטער.
כּדי זיך צו פֿאַרבינדן מיט חנה־פֿײַגל טערטלטויב, שרײַבט איר אויף דעם אַדרעס: doctorkf@gmail.com
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.