(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין די קלאַסישע קבלה־ספֿרים ווערן דערקלערט גאַנץ פּרטימדיקע אַסאָציאַציעס צווישן פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון רוחניות און מענטשלעכע אבֿרים. דער אַריז״ל האָט בפֿירוש אַסאָציִיִרט אַ געוויסע מדרגה פֿון שכינה־אַנטפּלעקונג, אין וועלכער עס ווענדט זיך דער מיסטישער זיווג צווישן די מענערלעכע און ווײַבלעכע אַספּעקטן פֿון געטלעכע כּוחות, מיטן אויסערלעכן טייל פֿונעם אינטימען אבֿר בײַ אַ פֿרוי — „בשׂר תּפֿוח‟.
דער גרויסער מקובל, רבי יעקבֿ־קאָפּל ליפֿשיץ, דערקלערט אין זײַן קלאַסישן ספֿר „שער גן העדן‟, אַז דער דאָזיקער „עפּל‟־אַספּעקט פֿון רוחניות שטימט אין דער גשמיותדיקער וועלט מיטן קליטאָר. נאָך גראַפֿישער קלינגען די פּרטימדיקע מיסטישע פּירושים וועגן מיקווה און סעקסועלע באַציִונגען פֿון רבי לוי־יצחק שניאורסאָן, דער טאַטע פֿונעם לעצטן ליובאַוויטשער רבין. אַזעלכע כּמו־פֿרוידיאַנישע שילדערונגען פֿון רוחניותדיקע כּוחות זענען איינע פֿון די סיבות, פֿאַרוואָס אַ טייל פֿרומע קרײַזן דערלאָזן בלויז חתונה־געהאַטע מענער פֿון איבער 40 יאָר צו לערנען קבלה.
אַזוי צי אַזוי, באַקומט זיך, אַז געוויסע השׂגות פֿון די מקובלים שטימען מיט פֿרוידס טעאָריעס. די עפּל און פֿרויען גייען האַנט אין האַנט אין די תּהומען פֿונעם מענטשלעכן באַוווּסטזײַן. ס׳איז מערקווירדיק אָבער, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די מערבֿדיקע נעגאַטיווע קריסטלעכע אַסאָציאַציעס, איז די ספֿירת־המלכות, דער „מלכותדיקער‟ אַספּעקט פֿון געטלעכקייט, אין דער ייִדישער טראַדיציע טיף פֿאַרבונדן מיט דער שכינה. אָפֿט זענען די דאָזיקע טערמינען פּשוט סינאָנימען.
אין אַ סך באַקאַנטע חסידישע ספֿרים ווערט דערקלערט, אַז פֿרויען שפּילן אַ באַזונדערס וויכטיקע ראָלע אין דער וועלט און אינעם גאולה־פּראָצעס, צוליב זייער שײַכות צו דער ספֿירת־המלכות. אין דער אמתן, איז אַזאַ אַסאָציאַציע אויך באַקאַנט אין דער נישט־ייִדישער אייראָפּע. איינע פֿון די באַקאַנטע אייראָפּעיִשע רעגאַליעס (קיניגלעכע סימבאָלן) — אַ גאָלדענע ספֿערע מיט אַ קרייץ אויפֿן שפּיץ — הייסט „דער קיניגלעכער עפּל‟ אויף פּויליש, דײַטשיש און אַ ריי אַנדערע שפּראַכן. אויף רוסיש האָט דער דאָזיקער סימבאָל אויך אַזוי געהייסן, הגם הײַנט איז ער באַקאַנט ווי „דערזשאַוואַ‟ — „מלוכה‟. דער סימבאָל רעפּרעזענטירט די מאַכט פֿונעם קיניג איבער דער וועלט, ווי אַן ערדישער פֿאָרשטייער פֿון מלכות־שמים.
די דאָזיקע קיניגלעכע רעגאַליע שטאַמט פֿון פֿאַרקריסטלעכע צײַטן; אַנשטאָט דעם קרייץ, איז אין דער אוראַלטער ווערסיע געשטאַנען אויפֿן שפּיץ די געטין פֿון נצחון — די רוימישע וויקטאָריע אָדער די גריכישע ניקע. עס קאָן זײַן, אַז דער קריסטלעכער וואַריאַנט שטאַמט אויך פֿון גאָר אַלטע טראַדיציעס און איז פֿאַרבונדן מיטן צייכן פֿונעם פּלאַנעט ווענערע, וועלכער איז הײַנט אויך אָנגענומען ווי דער אינטערנאַציאָנאַלער סימבאָל פֿון פֿרויען.
דער דאָזיקער סימבאָל טרעפֿט זיך אויך צומאָל אין קבלה־ספֿרים און ווי אַ סגולה און האָט טאַקע אַ שײַכות צו ווערענע, וואָס ווערט באַטראַכט ווי אַ ווײַבלעכער קאָסמישער קערפּער און פֿיגורירט אינעם ספֿר־הזוהר ווי איינער פֿון די שכינה־סימבאָלן. פֿון דער אַנדערער זײַט, ווערט ווענערע אָפֿט אַסאָציִיִרט אין דער נישט־ייִדישער טראַדיציע מיט אַן עפּל.
עס באַקומט זיך, אַז מע וואָלט געקאָנט פֿאַרוואַנדלען די „ברכּת־האילנות‟ אין אַ טשיקאַווער ייִדישער אונטערנעמונג מיט אַ פּראָגרעסיוון און אַפֿילו פּראָוואָקאַטיוון טעם. אין דער „שטאָט פֿונעם גרויסן עפּל‟ איז עס באַזונדערס פּאַסיק.
וואָס שייך דער נעגאַטיווער אַסאָציאַציע פֿונעם עפּל מיט חוהס זינד, איז כּדאי צוצוגעבן, אַז הגם זי איז מער באַקאַנט אין דער קריסטלעכער טראַדיציע, איז זי פֿאָרט נישט אין גאַנצן פֿרעמד דער ייִדישער פֿאָלק־ליטעראַטור. צום בײַשפּיל, די פּרי פֿונעם עץ־הדעת ווערט געשילדערט ווי אַן עפּל אין „צאינה־וראינה‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.