(די 3 טע זײַט פֿון 3)
דאָס ליד קען מען באַטראַכטן ווי סימבאָליש פֿון דער „פֿאָלקסבינעס‟ און זלמן מלאָטעקס וויזיע פֿאַרן גאַנצן קאָנצערט. מע האָט געשטרעבט צו ווײַזן ייִדיש אין אַ מאָדערנעם ליכט דורכן פֿאָרשטעלן פּאָפּולערע לידער אויף מאַמע־לשון. אין דער זעלביקער צײַט, האָט מען פּרובירט צו באַקענען דעם פֿרומען ייִדיש־רעדנדיקן עולם מיט אַזעלכע קלאַסישע לידער פֿונעם ייִדישן רעפּערטואַר ווי „אַלע ברידער‟, „טומבאַלאַלײַקע‟ און „אַ חזנדל אויף שבת‟. דערצו האָט דער קאָנצערט געדינט ווי אַ בריק צווישן פֿרומע און פֿרײַע, אַן אָרט אין וועלכן, ווי דער קאָנפֿעראַנסיע, דער פּאָפּולערער פֿרומער ראַדיאָ־פּערזענלעכקייט נחום סיגעל האָט עס פֿאָרגעשטעלט, „מע קען זיך צונויפֿקומען, כּדי צו פּראַווען אונדזער שפּראַך און געשיכטע‟.
ניט געקוקט אויף דעם, וואָס דער עולם איז יאָ געווען פֿאַרשידנאַרטיק, איז עס געווען מערקווערדיק וויפֿל ווייניקער חסידים זענען געקומען אין פֿאַרגלײַך מיט פֿאַראַיאָרן. אַנשטאָט היימישע ייִדן פֿון וויליאַמסבורג אָדער מאָנסי איז דער עולם באַשטאַנען צום־מערסטנס פֿון מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ייִדן פֿון פֿלאַטבוש, מאַנהעטן און די „פֿײַוו־טאַונס‟. אַ סך וועלטלעכע ייִדן זענען געקומען און האָבן אַוודאי הנאה געהאַט פֿון דער פּראָגראַם אָבער געוויסע האָבן פֿאָרט געהאַט טענות, ניט וועגן דער קוואַליטעט פֿון די זינגער און מוזיקער, נאָר פֿון ווער עס זענען געווען די פֿאַרווײַלער. אין מיטן ספּעקטאַקל איז איין פֿרוי אויפֿגעשטאַנען און אויסגעשריגן: „וווּ זענען די פֿרויען? פֿרויען קענען אויך שיין זינגען!‟ און האָט גלײַך פֿאַרלאָזט די אַרענע.
ס׳איז טאַקע אַן ערנסטער ענין. אַחוץ דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָרשע פֿון דער „פֿאָלקסבינע‟, ברײַנע וואַסערמאַן, האָט ניט קיין איין פֿרוי גערעדט אויף דער בינע. ניט קיין איין פֿרוי האָט געשפּילט אַן אינסטרומענט, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, אַז אַ פֿרוי זאָל האָבן געזונגען אַ ליד. אויף „פֿייסבוק‟ איז אויסגעבראָכן אַ וויכּוח איבער דעם ענין, אין וועלכן געוויסע טוער אין דער סעקולערער ייִדיש־וועלט האָבן געטענהט, אַז די „פֿאָלקסבינע‟ טאָר ניט דיסקרימינירן קעגן די פֿרויען אויף אַזאַ אופֿן נאָר כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז פֿרומע ייִדן וועלן קומען.
איך האָב אַ סך מיטגעפֿיל צו אַזעלכע טענות אָבער אינעם דאָזיקן פֿאַל בין איך ניט מסכּים מיט זיי. ווען די „פֿאָלקסבינע‟ וואָלט געמאַכט אַלע זייערע קאָנצערטן און פּיעסעס מיט בלויז מענער וואָלט איך פֿאַרשטאַנען. נאָר ס׳איז פּונקט פֿאַרקערט: בלויז איין מאָל אַ יאָר פּאַסט מען ספּעציעל צו אַ קאָנצערט, אויף וועלכן די ייִדן, וואָס וואָלטן אַנדערש ניט געקומען צוליב „קול אישה‟, קענען געניסן פֿון אַזאַ פּראָגראַם פֿון ייִדישן געזאַנג. ס׳איז כּדאַי איין מאָל אַ יאָר, ובפֿרט אַז מע קען דערפֿאַר אַרײַננעמען אַזעלכע חזנים און זינגער ווי ליפּא שמעלטער, יאַנקי לעמער, בני פֿרידמאַן וכדומה.
פֿון דער אַנדערער זײַט, וואָלט ניט געשאַט, „קולטורפֿעסט‟ זאָל מאַכן אַ צווייטן גרויסן קאָנצערט פֿון ייִדישער מוזיק, אין וועלכן עס קענען יאָ אָנטייל נעמען די אַלע טאַלאַנטירטע פֿרויען, וואָס אונדזער ייִדיש־וועלט פֿאַרמאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.