(די 2 טע זײַט פֿון 3)
בורג, אַ באַקאַנטער ישׂראלדיקער שרײַבער און פּאָליטיקער, האָט באַמערקט, אַז די אויפֿפֿירונג פֿון די „נשות־הכּותל‟ שמעקט מיט דיסקרימינאַציע. בלויז די כּהנים האָבן דאָך געמעגט ברענגען די קרבנות אינעם בית־המיקדש און בענטשן דאָרטן די אַנדערע ייִדן. אויב אַ געוויסע בת־כּהן טענהט, אַז זי דאַרף אויך האָבן דאָס רעכט אויסצופֿירן די דאָזיקע מענערלעכע מיצווה, מיינט עס נישט, אַז זי האָט פּראָגרעסיווע דעות. ווען מע טרעט אויף מיט אַזאַ טענה בײַם כּותל, שאַפֿט זיך דער אײַנדרוק, אַז געוויסע פֿרויען ווילן ווערן „כּהנטעס‟ אינעם נײַעם בית־המיקדש.
דעקאָווען־אזרחי גיט צו, אַז מיט זייערע מעשׂים פֿאַרשווײַגן די פֿעמיניסטקעס די פּראָבלעם פֿון דער פּאַלעסטינער אָקופּאַציע. מיט זייערע חלומות צו ווערן די נײַע „כּהנטעס‟ באַקומט זיך, אַז זיי ווילן אַרויסוואַרפֿן די אַראַבער פֿונעם הר־הבית. די מחברטע גיט צו, אַז פֿונעם כּותל שטראַלט אַרויס אַ סכּנותדיקע „ראַדיאַציע‟ פֿון שאָוויניזם. זי באַקלאָגט זיך, אַז אויב מע באַטראַכט עס ווי אַ הייליק אָרט אין אַ פּאָליטיש־נאַציאָנאַליסטישן זין, ווערט די קדושה פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿאַלשער רעליגיע פֿון גוואַלד און שׂינאה.
דעם 20סטן אַפּריל, האָט „האָרץ‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַנדער אַרטיקל, פֿון אַריאל דוד, וווּ „אונעסקאָ‟, דער קולטור־אָפּטייל פֿון די „יו־ען‟, ווערט פֿאַרדאַמט פֿאַרן אָננעמען אַ „רעזאָלוציע‟, לויט וועלכער די ייִדישע פֿאַרבינדונגען מיטן כּותל־המערבֿי ווערן איגנאָרירט, אָבער עס ווערט באַטאָנט די מוסולמענישע אמונה, לויט וועלכער דער נבֿיא מוכאַמאַד איז געפֿלויגן על־פּי־נס קיין ירושלים אויפֿן הימלישן פֿערד מיטן נאָמען בוראַק. אויף דער 199סטער סעסיע פֿון „אונעסקאָ‟, האָבן אַ צאָל איסלאַמישע לענדער געטענהט, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג איגנאָרירט די רעכט פֿון די מוסולמענער, וואָס באַטראַכטן דעם כּותל ווי דעם „בוראַק־פּלאַץ‟. למעשׂה, האָט די אָרגאַניזאַציע בלויז אָפּגעשטימט צו נעמען דעם דאָזיקן דאָקומענט אין באַטראַכט, אָבער האָט עס דערווײַל נישט אָנגענומען. פֿריִער האָט „אונעסקאָ‟ יאָ אָנערקענט, אַז דער כּותל־המערבֿי און דער הר־הבית זענען וויכטיק אין דער ייִדישער טראַדיציע, אָבער האָט אויף אַ פּאָליטישן קאָרעקטן אופֿן מסביר געווען, אַז פֿאַר די מוסולמענער און קריסטן זענען די דאָזיקע ערטער נישט ווייניקער וויכטיק. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, אָנערקענט דער פֿאָרגעלייגטער דאָקומענט דווקא יאָ, אַז דער כּותל האָט אַ שײַכות צום ייִדישן בית־המיקדש. די מוסולמענער גלייבן, אַז דווקא צוליב דעם האָט דאָס מיסטעריעזע באַפֿליגלטע פֿערד אַוועקגעטראָגן מוכאַמעדן קיין ירושלים און באַטראַכט צוליב דעם די שטאָט אויך ווי אַ הייליקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.