(די 2 טע זײַט פֿון 3)
על־פּי חסידות, האָבן די מרגלים געטראַכט, אַז זיי טוען עס לשם־שמים. בעתן וואַנדערן אינעם מידבר, האָבן ייִדן געקאָנט זיך אָפּגעבן מיט דער תּורה און מיצוות, אַנשטאָט צו אַקערן דאָס לאַנד, האַלטן מלחמות מיט די שׂונאים און אַנדערע גשמיותדיקע ענינים. ווי מיר ווייסן פֿון די שפּעטערדיקע תּנ״כישע ספֿרים, זענען ס׳רובֿ ייִדישע שבֿטים מיט עטלעכע דורות שפּעטער טיף פֿאַרזונקען געוואָרן אין עבֿודה־זרה. דער געדאַנק אויסצוקלײַבן אַן אייגענעם מלך האָט אויך גורם געווען אַ סך צרות. דער גרויסער חסידישער צדיק און דענקער רבי דוד־שלמה אייבעשיץ דערקלערט אין זײַן קלאַסישן ספֿר „ערבֿי נחל‟, אַז ווען בלעם הרשע האָט געבענטשט די ייִדן, האָט זיך אים פֿאָרט אײַנגעגעבן אַרײַנצושטעלן אין זײַנע ווערטער אַ באַהאַלטענע קללה. דאָס וואָרט „מלך‟ באַשטייט פֿון די זעלבע אותיות, ווי „כּלם‟ - מאַך פֿון זיי אַ תּל. די מאַכט פֿאַרקריפּלט, ווי מע זאָגט; ס׳רובֿ ייִדישע מלכים זענען געווען גאָר אומאָנגענעמע, גײַסטיק פֿאַרקריפּלטע פּאַרשוינען. דאָס איז אויך געווען אַ בײַ־עפֿעקט פֿונעם באַזעצן דאָס לאַנד.
להיפּוך, האָט דאָס וואַנדערן אינעם מידבר דערמעגלעכט צו פֿאָקוסירן זיך אויף ריין־רוחניותדיקע ענינים. אונטער דער הנהגה פֿון אַזאַ דערהויבענעם און באַשיידענעם נבֿיא, ווי משה רבינו, האָבן די ייִדן נישט געדאַרפֿט זיך זאָרגן וועגן מאַטעריעלע זאַכן. מיט זייערע קריטישע ווערטער, האָבן די מרגלים דאָס באַמערקט, און דאָס פֿאָלק האָט גוט פֿאַרשטאַנען זייער כּוונה. די פּראָבלעם באַשטייט אָבער אין דעם, אַז די נשׂיאים האָבן נישט געטאָרט בײַטן דעם גאַנצן גורל פֿונעם פֿאָלק און גורם זײַן די 40־יאָריקע גלות־וואַנדערונגען, אויב אַפֿילו אינעם מיבדרדיקן שטייגער לעבן האָט געשטעקט אַ טובֿה.
פֿונדעסטוועגן, באַציִען זיך די חסידישע צדיקים אַמביוואַלענט צו די מרגלים. הגם זיי האָבן נישט געטאָרט אַרויפֿלייגן אויף זייערע פּלייצעס אַזאַ גרויס אַחריות, האָבן זיי פֿאָרט משפּיע געווען אויף דעם, וואָס במשך פֿון אַ גאַנצן דור וואַנדערונגען האָט דאָס ייִדישע פֿאָלק זיך פֿאַרנומען מיט רוחניות, עסנדיק דעם הימלישן מן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.