(די 3 טע זײַט פֿון 3)
בײַם סוף פֿון אונדזער פּרשה ווערט דער ענין פֿון קאָנטראָווערסאַלע באַשלוסן לשם־שמים דערקלערט אויף אַ בולטן און אַפֿילו עקסטרעמען אופֿן. וויסנדיק גאַנץ גוט, אַז שבת טאָר מען נישט קלײַבן קיין האָלץ, האָט איינער אַ ייִד דאָס דווקא געטאָן בפֿרהסיא. משה רבינו האָט באַפֿוילן אים צו דערשטיינערן. די חז״ל דערקלערן אונדז, אַז הגם על־פּי תּורה קומט פֿאַר אַ גאַנצער ריי עבֿירות אַ טויט־ׁשטראָף, בלײַבט אַזאַ האַרבער עונש, בדרך־כּלל, בלויז טעאָרעטיש אין די מענטשלעכע הענט. אַ סנהדרין, וואָס וואָלט פֿאַרמישפּט אויף טויט בלויז איין מענטש אין 70 יאָר, האָט געהאַט די רעפּוטאַציע פֿון בלוטיקע אכזרים. רבי עקיבֿא האָט דערקלערט, אַז ווען ער וואָלט געמישפּט דיני־נפֿשות, וואָלט ער קיינמאָל נישט דערלאָזט אַזאַ סיטואַציע בכלל. נישט שוין זשע האָט אַזאַ גרויסער מענטש, ווי משה רבינו, נישט געקאָנט פֿאַרטיידיקן אַ ייִד, וועלכער האָט נאָר־וואָס אויסגעלערנט די הלכות פֿון שמירת־שבת?
די חסידישע צדיקים דערקלערן אונדז, גאַנץ פּאַראַדאָקסיש, אַז דער האָלץ־טרעגער האָט מכּוון געווען לשם־שמים. מיט זײַנע מעשׂים, האָט ער בכּיוון געוואָלט ווײַזן די אַנדערע ייִדן, אַז חילול־שבת איז אַ גרויסע עבֿירה, און האָט אויף דעם מוסר־נפֿש געווען. משה רבינו האָט פֿאַרשטאַנען זײַן כּוונה; וואָס קאָן מען אָבער טאָן, אַז דער „מקושש עצים‟ האָט אַליין פּראָוואָצירט זײַן אייגענעם טויט? נעבעך, האָט מען אויסגעפֿירט זײַן סתּירותדיקן באַגער.
די פּרשה שליסט זיך מיט דער מיצווה צו טראָגן ציצית. דער באַשעפֿער זאָגט אָן די ייִדן אָנצוקניפּן ספּעציעלע פֿעדעם אויף די פֿיר־עקיקע מלבושים, כּדי דאָס האַרץ און די אויגן זאָלן זיי נישט פֿאַרפֿירן. ווען מע קוקט אויף די ציצית, דערמאָנט מען זיך אינעם רבונו־של־עולם און מע היט זיך אָפּ פֿון עבֿירות.
וואָס טוט זיך אָבער, אַז דאָס האַרץ און די אויגן פֿירן אויף אַן אומגעריכטן דרך, אָבער דווקא לשם־שמים? איז צומאָל כּדאַי צו פֿאָלגן די אייגענע אינטויִציע, צי נישט? דער איזשביצער רבי באַטאָנט אין זײַן ספֿר „מי השלוח‟, אַז עס טרעפֿן זיך פֿאַלן, ווען מע דאַרף זיך צוהערן צו די אייגענע חושים און באַגערן, אויב אַפֿילו זיי קומען, אויפֿן ערשטן בליק, אין סתּירה מיט די אָנגענומענע נאָרמעס.
מע מוז אָבער געדענקען, אַז אַזאַ געדאַנקען־גאַנג האָט קאַטאַסטראָפֿיש פֿאַרפֿירט אַזעלכע גרויסע מענטשן, ווי די ראָשים פֿון גאַנצע ייִדישע שבֿטים, צוזאַמען מיט זייער גאַנצן דור, און האָט געקאָסט דעם האָלץ־טרעגער זײַן לעבן. פֿון דעסטוועגן, דאַרף מען אויך געדענקען, אַז נישט אַלץ אינעם מענטשלעכן לעבן פּאַסט זיך אַרײַן אין שטרענג באַשטימטע ראַמען, און דן זײַן דעם צווייטן לכף־זכות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.