עס מאַכט זיך ניט זעלטן אין דער ייִדיש־וועלט, אַז אין משך פֿון עטלעכע וואָכן (אַפֿילו חדשים) קומט גאָרנישט פֿאָר און ס’איז ניטאָ וואָס צו רעצענזירן, און מיט אַ מאָל — בום! אַ שלל מיט פֿאָרשטעלונגען, אונטערנעמונגען, קאָנצערטן און נאָך און נאָך. אָבער די דריטע וואָך אין יוני 2016 האָט טאַקע „געבומט‟ בײַ אונדז אין ניו־יאָרק, אַ דאַנק דער דערעפֿענונג פֿונעם הײַיאָריקן פֿאָלקסבינע־טעאַטער־פֿעסטיוואַל „קולטורפֿעסט‟, און אַ דאַנק אַ נײַער פֿאָרשטעלונג בײַם „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר‟־טעאַטער.
פֿאַר אַ יאָרן האָט דער ערשטער „קולטורפֿעסט‟ געדויערט בלויז איין וואָך און ס׳איז געווען אַזוי אָנגעפּאַקט מיט אונטערנעמונגען, אַז ס׳איז געווען פֿיזיש אוממעגלעך צו זען אַלץ, ווײַל אַ סך איז פֿאָרגעקומען אין דער זעלבער צײַט. דעם זומער גיט אונדז די פֿאָלקסבינע אַ ביסל מער צײַט אָפּצואָטעמען, ווײַל דער פֿעסטיוואַל וועט זיך ציִען אַ סך לענגער — ביזן סוף זומער.
די פֿאָלקסבינע האָט איצט געשטעלט דרײַ פֿאָרשטעלונגען: אַ דראַמאַטישע פֿאָרלייענונג מיט אַ גרויסן אַנסאַמבל פֿון דער לייוויק־פּיעסע „אַ חתונה אין פֿערנוואַלד‟; „הײַנט אָוונט: לאָלאַ בלאַו‟, פֿאָרגעשטעלט פֿון דער אָנפֿירערין פֿונעם רומענישן ייִדישן טעאַטער, מאַיאַ מאָרגנשטערן; און „פֿעטער אַרטור‟, אַ סאָלאָ־פֿאָרשטעלונג פֿון רפֿאל גאָלדוואַסער, אָנפֿירער פֿונעם שטראַסבורגער „לופֿטעאַטער‟. עס קומט דער „פֿאָלקסבינע‟ אַ דאַנק פֿאַרן אַראָפּברענגען אַהער די דאָזיקע צוויי גרויסע אייראָפּעיִשע טאַלאַנטן.
מאָרגנשטערן האָט געמאַכט אַן אײַנדרוק מיט דער אויסערגעוויינטלעכער ענערגיע און אַקראָבאַטיק, וואָס זי האָט באַוויזן אויף דער בינע. די פּיעסע אַליין — אַ מיוזיקל וועגן אַ גערודפֿטער ייִדישער קאַבאַרעט־זינגערין — איז בעצם אַ דײַטשע, בעסער געזאָגט: אַן עסטרײַכישע, געשריבן פֿונעם ווינער ייִדישן דראַמאַטורג געאָרג קרײַזלער. כּמעט אַלע לידער האָט מאָרגנשטערן געזונגען אינעם דײַטשן אָריגינאַל, ניט אויף ייִדיש. אָבער דער שאַרפֿער קאָנטראַסט פֿון שפּראַכן און סטילן האָט גוט געפּאַסט צו דער פּיעסע אַליין און צו מאָרגנשטערנס קול, וואָס האָט אין זיך אַ קוואַליטעט, וואָס איז עפּעס ניט פֿון דער וועלט.
קוקנדיק ווי מאָרגנשטערן שפּילט, האָב איך דעמאָלט נאָך ניט געוווּסט, אַז איך האָב זי פֿריִער געהאַט געזען — אין דער ראָלע פֿון מרים, דער מוטער פֿון ישו הנוצרי, אין מעל גיבסאָנס פֿילם „די פּאַסיע פֿון קריסטוס‟, וואָס האָט געמאַכט אַ סקאַנדאַל מיט צוועלף יאָר צוריק. דאָרט האָט זי גערעדט בלויז אַראַמיש און די ניט־פֿון־דער־וועלטיקע קוואַליטעט פֿון איר קול האָט צוגעגעבן צום מיסטישן, רעליגיעזן טאָן פֿונעם גאַנצן פֿילם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.