(די 3 טע זײַט פֿון 3)
נאָך אַ סיבה אויסצוקלײַבן דווקא קיִעוו שטעקט אין די היגע שותּפֿים. פֿון דעם אוקראַיִנישן צד האָבן די קאָנפֿערענץ אָרגאַניזירט דער „ועד אוקראינה‟ און דער צענטער פֿון ייִדישע לימודים בײַ איינעם פֿון די עלטסטע אוניווערסיטעטן אין אוקראַיִנע — די „קיִעווער מאָהילע אַקאַדעמיע‟. „ועד אוקראינה‟ פֿירט אין די לעצטע יאָרן אַ פֿילזײַטיקע אינטענסיווע קולטורעלע טעטיקייט: ער גיט אַרויס אַ גרעסערע צאָל ביכער, זעצט איבער ביכער פֿון ענגליש און ייִדיש, אָרגאַניזירט פֿאַרשיידענע פּראָגראַמען פֿאַר דערוואַקסענע און קינדער. און כאָטש קיין ממשותדיקע בײַטראָגן צו דער שלום־עליכם־פֿאָרשונג מאַכט מען דאָ נאָך ניט, האָבן די באַמיִׅונגען פֿון די צוויי אָרגאַניזאַציעס געשאַפֿן אין קיִעוו אַ גוטע סבֿיבֿה וואָס אין איר קענען די ייִדישע לימודים זיך אַנטוויקלען.
די רעדנער האָבן זיך פֿאָקוסירט אויף דרײַ הויפּט־טעמעס. די ערשטע איז געווען ליטעראַרישע השפּעות אויף שלום־עליכמען. קודם־כּל, איז די רייד געגאַנגען וועגן דער השפּעה פֿון ניקאָלײַ גאָגאָל. באַזונדערס אינטערעסאַנט איז דער פֿאַל, באַשריבן פֿון וואַלערי דימשיץ: צוליב ליטעראַרישע צילן, דהיינו כּדי צו ענטפֿערן אויף אַ פֿראַגע, ווי אַזוי מע דאַרף שרײַבן, ציטירט שלום־עליכם אַ בפֿירוש אַנטיסעמיטיש ווערק גאָגאָלס — זײַן ראָמאַן „טאַראַס בולבאַ‟.
צווייטנס, זענען באַטראַכט געוואָרן די איבערזעצונגען פֿון שלום־עליכמען אויף אַנדערע שפּראַכן: אויף ליטוויש, אוקראַיִניש און רוסיש, אַרײַנגערעכנט שלום־עליכמס אייגענע איבערזעצונגען.
די דריטע טעמע איז געווען ווי אַזוי דער עולם האָט אויפֿגענומען שלום־עליכמס ווערק, בפֿרט די אויפֿפֿירונגען פֿון זײַנע פּיעסעס און פּראָזע אין טעאַטער און קינאָ (די רייד איז געגאַנגען אויך וועגן די קינאָ־אַמביציעס פֿון שלום־עליכם גופא און זײַנע פּרוּוון צו פֿאַרוואַנדלען זײַנע ווערק אין סצענאַרן). מע האָט אויך אַרומגערעדט ווי אַזוי זײַנע ווערק און זײַן געשטאַלט זענען אויפֿגענומען געוואָרן אין דער סאָוועטישער קולטור־פּאָליטיק, אין דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור און פּרעסע.
די טעמאַטישע ראַמען זענען געווען ברייט, אָבער צום באַדויערן, ניט אַרומנעמיק. עס האָבן געפֿעלט רעפֿעראַטן, וואָס וואָלטן אויסגעטײַטשט געוויסע דערציילונגען אָדער ראָמאַנען, געגעבן שליסלען צו פֿאַרשטיין זיי. ס׳איז געווען אַ רעפֿעראַט (פֿון וועלוול טשערנין), געווידמעט דער שפּראַך פֿון שלום־עליכמס ווערק אויף העברעיִש, אָבער עס האָבן געפֿעלט רעפֿעראַטן, געווידמעט שפּראַכלעכע באַזונדערקייטן פֿון זײַנע ייִדישע כּתבֿים.
אַקאַדעמיש האָט די קאָנפֿערענץ אָבער אויסגעזען זייער געראָטן. עס האָבן געהאַלטן רעפֿעראַטן אַזעלכע קענער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור ווי אַבֿרהם נאָווערשטערן, מיכאַיִל קרוטיקאָוו, גענאַדי עסטרײַך, וועלוול טשערנין, וואַלערי דימשיץ, בער קאָטלערמאַן, האַריעט מוראַוו, ראָלאַנד גרושקאַ און אַנדערע, און די רעפֿעראַטן זענען געהאַלטן געוואָרן אויף אַ הויכן אַקאַדעמישן ניוואָ. אויך אינטערעסאַנט זענען געווען די דיסקוסיעס נאָך די רעפֿעראַטן און צווישן די פּאַנעלס. ס׳וועט טאַקע זײַן כּדאי צו לייענען דעם קאָנפֿערענץ־באַנד, ווען ער וועט אַרויס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.