ס׳איז אין גאַנצן אַ נײַע וועלט. מענטשן פֿאָרלאָזן זיך מער נישט אויף אַנדערע: מע נעמט זיך אַליין אין די הענט אַרײַן.
אַקעגן וואָס זאָג איך דאָס? אַקעגן דעם אַז כ׳האָב באַשלאָסן אויסצומײַדן דעם סרסר, דאָס הייסט דער מענטש אין דער מיט: די שדכנטע. די מלכּה פֿון דער לעצטער מעשׂה איז אַליין געווען עפּעס נישט מיט אַלעמען מיך צו נאַרײַען אַזאַ טשודאַק ווי דער לעצטער שידוך, דער פּסיכיאַטאָר וואָס עס האָט אים אַ קלעפּקע געפֿעלט.
איך בין נישט קיין פּיצל קינד. כ׳בין דאָך אַליין אַ שדכנטע און וועל זיך שוין אַן עצה געבן. ערשט האָב איך געקוקט דורך די מיטגלידער פֿון דער אינטערנעץ שידוך־אָרגאַניזאַציע „זיווג“. כ׳האָב געבעטן מע זאָל מיר געפֿינען איינעם ביז פֿינף יאָר ייִנגער אָדער ביז פֿינף יאָר עלטער פֿון מיר. כ’וואָלט טאַקע געוואָלט אַ ייִנגערן, אָבער ווער ווייסט וואָס ס׳וועט זיך אָפּזוכן ווען מ׳וואַרפֿט אַ נעץ אַרײַן אין ים.
אינטעליגענט מוז ער זײַן. כ׳האָב שוין שלום געמאַכט מיט דעם אַז ער מוז נישט זײַן שטאַרק שיין, ווײַל די מאַמע פֿלעגט זאָגן, אַז פֿאַר דער חתונה דאַרף מען פֿאַרמאַכן אַן אויג. מע דאַרף זוכן אַ גוט האַרץ און אויסמײַדן אַ קאַרגן ווי דער טויט. נאָר אויף איין זאַך האָב איך זיך פֿעסט געשטעלט: ער מוז שטיין גלײַך! כ׳האָב שוין געהאַט גערעדט מיט אַ מאַן וואָס איז מיר געפֿעלן טעלעפֿאָניש, און מיר האָבן געהאַט אינטערעסאַנטע אינטעליגענטע שמועסן, אָבער ווען איך האָב זיך מיט אים פּערזענלעך באַקענט האָט ער אויסגעזען ווי אַ פֿרעגצייכן; אײַנגעבויגן איז ער געווען כּמעט אויף דער העלפֿט. ניט מיט קיין הויקער נאָר מיט אַ געפֿערלעכן סקאָליאָז, אַזוי אַז ווען ער האָט געקוקט גלײַך פֿאַר זיך האָט ער געזען די אייגענע שיך.
בקיצור, מיר האָבן געטרונקען אַ קאַווע און איך האָב אויף אים די גאָנצע צײַט געקוקט מיט רחמנות. נאָך אַ שעה צײַט האָב איך אים געזאָגט, אַז אויב ער וויל מיר קלינגען אַ מאָל איז גוט אָבער ס׳וועט מסתּמא זײַן עטלעכע יאָר ביז כ׳וועל ווידער זײַן אין באָסטאָן. שוין אָפּגערעדט אַז ער קען נישט קומען צו מיר ווײַל צו לאַנג זיצן אויף איין אָרט האָט ער נישט געקענט.
האָב איך געזוכט אַ גלײַכן, און נאָכן דורכגיין אפֿשר צוויי הונדערט פּראָפֿילן האָב איך אים געפֿונען: אַ הויכן, אַ גלײַכן.
ר׳איז געשטאַנען מיטן קאָפּ הויך און די אַקסלען צוריק ווי אין מיליטער. געלויבט דעם אייבערשטן, אַ גלײַכער. און אַן אַלמן. אָבער מער ווי אַלץ איז מיר געפֿעלן דאָס וואָס ער איז אַ סאָציאַלער אַרבעטער. איך בעט איבער זײַן כּבֿוד: הײַנט רופֿט מען זיי פּסיכאָטערעפּעפֿטן. פּסיכאָ־שמיכאָ! אויפֿן פּראָפֿיל זײַנעם האָט ער געשריבן, אַז ער אַרבעט מיט די משפּחות פֿון קינדער וואָס האָבן ראַק, נישט פֿאַר קיינעם געדאַכט. כ׳האָב טיף אָפּגעאָטעמט און כ׳האָב דערפֿילט ווי אַ שטיין איז מיר אַראָפּ פֿון האַרץ. דאָס איז ער! כ’האָב עס אַזש געפֿילט אין די ביינער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.