מאַקס טיקטין, דער טיף־געלערנטער ייִדישיסט

Max Ticktin, the Erudite Yiddishist

מאַקס טיקטין
YouTube
מאַקס טיקטין

פֿון ישׂראל פֿעלדמאַן*

Published July 14, 2016, issue of July 27, 2016.

דעם 3טן יולי איז מאַקס טיקטין, אַן אינספּירירנדיקער לערער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, און פֿון ייִדישקייט בכּלל, ניפֿטר געװאָרן פֿון אַ מוח־אַטאַק אין עלטער פֿון 94 יאָר, אין זײַן שטוב אין װאַשינגטאָן.

טיקטין איז געבױרן געװאָרן דעם 30סטן יוני 1922 אין פֿילאַדעלפֿיע. ער האָט שטודירט אינעם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ אין ניו־יאָרק אין די אָנהייב־1940ער יאָרן. צװישן זײַנע לערערס דאָרטן זײַנען געװען מרדכי קאַפּלאַן, דער גרינדער פֿון רעקאָנסטרוקציאָניזם, און אַבֿרהם יהושע העשל.

אין 1947 האָט מען אים געגעבן סמיכה, אָבער ער האָט קײנמאָל נישט געװאָלט דינען װי אַ רבֿ אין אַ שיל. אין ניו־יאָרק האָט ער אױך געפֿונען זײַן לעבנס־באַגלייטערין אסתּר, און זײ האָבן דאָרט חתונה געהאַט. נאָך דעם איז ער אַװעק קײן ארץ־ישׂראל, וווּ ער האָט געדינט אין מיליטער בעת דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה. אין ישׂראל איז ער געװאָרן אַ סטודענט אינעם העברעיִשן אוניװערסיטעט, וווּ ער האָט זיך געלערנט אין אַ סך קלאַסן מיט מאַרטין בובערן.

אין 1948 איז ער צוריקגעקומען קײן אַמעריקע, און צװישן 1948 און 1964 האָט ער געדינט ווי דער דירעקטאָר פֿון „הלל‟־צענטערס אין די וויסקאָנסינער און שיקאַגער אוניװערסיטעטן. ער האָט אויך געהאָלפֿן גרינדן דעם Upstairs Minyan בײַם שיקאַגער „הלל‟ — אײנער פֿון די ערשטע „חבֿורה‟־מנינים אין לאַנד. שפּעטער אין װאַשינגטאָן איז ער געװאָרן אַן אַקטיווער מיטגליד פֿון דער היגער עגאַליטאַרישער „חבֿורה‟ ביזן סוף פֿון זײַן לעבן.

אין די שפּעטע 1960ער און אָנהייב־1970ער יאָרן אין שיקאַגע איז טיקטין געװען אַ מיטגליד פֿון דער אָרגאַניזאַציע Clergy Concerned with Problem Pregnancies [גײַסטיקע פֿירער באַזאָרגט וועגן אַ שווערער שווענגערשאַפֿט], װאָס האָט געהאָלפֿן טראָגעדיקע פֿרױען וועלכע האָבן געװאָלט אַן אַבאָרט צו געפֿינען דאָקטױרים דאָס דורכצופֿירן. איין מאָל אין 1971 האָט די רעגירונג פֿונעם שטאַט מישיגען געפּרוּװט אים צו אַרעסטירן אין שײַכות מיט די דאָזיקע אַקטיװיטעטן, אָבער טיקטין איז אין יענער צײַט געווען אין ישׂראל, האָט מען אים נישט געקאָנט געפֿינען. ער איז געבליבן אױסער די גרענעצן פֿון מישיגען אַ פּאָר יאָר, ביז די אַבאָרט־פּראָצעדור איז געזעצלעך געװאָרן אין 1973.

אין די 1970ער יאָרן איז טיקטין געװאָרן אַ פֿירער פֿון „ברירה‟, אַ קאָנטראָװערסיעלע אָרגאַניזאַציע װאָס האָט געשטיצט אַ פֿאַרשטענדיש צװישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, און האָט זיך קעגנגעשטעלט די ייִדישע ייִשובֿים אויפֿן מערבֿ־ברעג. „מאַקס איז געװען טיף איבערגעגעבן אַ מין ישׂראל און אַ מין ציוניזם װאָס דאָמינירט נישט איבער אַן אַנדער פֿאָלק,‟ האָט דערקלערט אַרטור װאַסקאָו, אַ לאַנג־יאָריקער פֿרײַנד פֿון טיקטינען און איצט דירעקטאָר פֿונעם „שלום־צענטער‟ אין פֿילאַדעלפֿיע. װאַסקאָו האָט טאַקע לעצטנס אָנגעשריבן אַן אַרטיקל װעגן טיקטינען אינעם Forward:

אין 1972 האָט טיקטין זיך איבערגעצױגן קיין װאַשינגטאָן און אין 1978 איז ער געװאָרן אַ לערער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און פֿון מאָדערנער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור בײַם „דזשאָרדש װאַשינגטאָן אוניװערסיטעט‟, ביז ער האָט זיך פּענסיאָנירט אין 2015 — אין עלטער פֿון 92 יאָר! כאָטש ער איז געווען 60 אָדער 70 יאָר עלטער פֿון די מערהײט פֿון זײַנע סטודענטן, איז ער געווען אײנער פֿון די באַליבטסטע לערערס אין אוניװערסיטעט. דניאל סװאַץ, דירעקטאָר פֿון ייִדישע לימודים אינעם אוניװערסיטעט, האָט געזאָגט אַז טיקטין „האָט זיך געפֿירט מיט מענטשן כּמעט אָן שום אָנשטעל. איך האַלט, אַז ער איז קײן מאָל נישט געווען קיין ‘פּראָפֿעסאָר טיקטין’. מע האָט אים גערופֿן פּשוט ‘מאַקס׳.‟