מאַקס טיקטין, דער טיף־געלערנטער ייִדישיסט

Max Ticktin, the Erudite Yiddishist

מאַקס טיקטין
YouTube
מאַקס טיקטין

פֿון ישׂראל פֿעלדמאַן*

Published July 14, 2016, issue of July 27, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אין 1981 האָט מאַקס געגרינדעט אַ ייִדיש־לײענקרײַז אין װאַשינגטאָן, וואָס ער האָט געפֿירט מער װי 35 יאָר לאַנג, ביז אַ פּאָר װאָכן פֿאַר זײַן טױט. יעדן צװײטן זונטיק נאָכמיטאָג האָבן זיך פֿאַרזאַמלט 10־25 מענטשן (און אַ מאָל נאָך מער) פֿון װאַשינגטאָן, אירע פֿאָרשטעט, און אַפֿילו באַלטימאָר, כּדי צו לײענען, שטודירן, און דיסקוטירן אַ ייִדישע דערציילונג, ליד אָדער ראָמאַן.

מאַקס איז געװען אַ באַליבטער פֿירער פֿון דעם לײענקרײַז, אָבער ער האָט זיך שטאַרק געהאַלטן בײַ דעמאָקראַטישע פּרינציפּן, און געפֿירט דעם לײענקרײַז אין הסכּם דערמיט. ער האָט נישט געהאַלטן פֿון אַ לײענקרײַז, װוּ דער פֿירער אַלײן לײענט פֿאָר, און די אַנדערע אַנטײלנעמערס זיצן און הערן זיך צו, נאָר גיכער אַז יעדער אײנער זאָל האָבן די געלעגנהײט צו לײענען און אָנטײלצונעמען אין דער דיסקוסיע.

מאַקס אַלײן האָט געהאַט די ברײטסטע און טיפֿסטע מבֿינות מיט דער ייִדיש־ליטעראַטור און מיט טראַדיציאָנעלע ייִדישע מקורים, אי װעלטלעכע, אי רעליגיעזע — פֿון תּנך, תּלמוד, נײַע דענקערס, און אױך דענקערס און שרײַבערס פֿון מיטל־עלטער און נאָך פֿריִער. זיצנדיק אין אַ קלאַס מיט מאַקסן האָט מען געזען אַ בילד פֿון ייִדישער חכמה. און, לױט זײַנע שטאַרק דעמאָקראַטישע און עגאַליטאַרישע פּרינציפּן, האָט יעדע פֿראַגע און יעדע באַמערקונג געהאַט אַ װערט. מאַקס האָט געװאָלט, אַז אַלע זאָלן אַנטײלנעמען אינעם אַלגעמײנעם פּראָיעקט צו פֿאַרשטײן — און קריטיקירן — די װערק װאָס דער קלאַס לײענט.

מאַקס איז אױך געווען זײער אַקטיװ אין „ייִדיש פֿון גרױס װאַשינגטאָן‟, אַן אָרגאַניזאַציע פֿון היגע ייִדישיסטן און שטיצערס פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. נישט געקוקט אױף דעם װאָס ער האָט אַלעמאָל געשטיצט די אָרגאַניזאַציע מיט זײַן צײַט און חכמה (און הומאָר), האָט ער יעדעס יאָר אָנגעפֿירט אונדזער שלום־עליכם יאָרצײַט־פּראָגראַם. נאָך דעם װי מיר האָבן פֿאָרגעשטעלט אַ פּיעסע אַדאַפּטירט פֿון אַ שלום־עליכם דערציילונג אָדער פֿאָרגעשטעלט עפּעס אַנדערשס װאָס האָט צו טאָן מיט דעם מײַסטערס װערק, האָט מאַקס עפּעס געזאָגט טיפֿס און שאַרפֿס, דורכדרינגענדיק אַן אַספּעקט פֿון דעם װערק — אין שײַכות מיט אַנדערע װערק פֿון שלום־עליכמען און פֿון אַנדערע ייִדישע שרײַבערס, פֿון דער ייִדישער געשיכטע, רעליגיע, סאָציאָלאָגיע, אאַז״װ. נאָך דעם האָט מאַקס פֿאָרגעלייענט שלום־עליכמס צװאה און גערעדט װעגן אירע עטישע פּרינציפּן. דעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ האָט ער געהאָלפֿן פּראַװען שלום־עליכמס הונדערטסטן יאָרצײַט, מיט אַ רעפֿעראַט װעגן עטלעכע װיכטיקע פּונקטן אין דער צװאה.

מאַקס איז געװען ברײטהאַרציק מיט זײַן צײַט, װיסן און ענערגיע. אין װאַשינגטאָן, האָט מען געוווּסט, אַז װען ס’איז דאָ אַ פֿראַגע װאָס קײנער קאָן נישט ענטפֿערן — װעגן ייִדיש, העברעיִש, רעליגיע אָדער ליטעראַטור — האָט מען געקאָנט פֿרעגן בײַ מאַקסן און, אין די זעלטענע פֿאַלן װען ער אַלײן האָט נישט דעם ענטפֿער, האָט ער זיכער געוווּסט וווּ אים צו געפֿינען.

כּבֿוד זײַן אָנדענק.


*ישׂראל פֿעלדמאַן איז אַ מיטגליד פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־פֿאַרוואַלטונג און דער פֿאָרזיצער פֿון זײַן געלטשאַפֿונג־קאָמיטעט