אינעם קלעם פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט

In the Grip of the Past


פֿון באָריס סאַנדלער

Published July 21, 2016, issue of July 27, 2016.

שוין דער נאָמען אַליין פֿונעם קאַנאַדער־דײַטשישן פֿילם, „געדענקען‟ (Remember), ברענגט צום געדאַנק, אַז טעמאַטיש דאַרף עס זײַן פֿאַרבונדן מיט דער פֿאַרגאַנגענהייט. אויב עס גייט די רייד וועגן דער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט, איז קיין צווייפֿל נישט, אַז מיינען מיינט עס דעם חורבן.

די חורבן־טעמע אין קינאָ איז איינע צווישן די פּאָפּולערסטע, אויב מע קאָן אַזוי זאָגן. נאָך דעם באַרימטן פֿילם פֿון סטיווען ספּילבערג, „שינדלערס ליסטע” איז אין דעם מאָדערנעם קינעמאָטאָגראַף געשען ממש אַ דורכרײַס פֿון פֿילמען וועגן און אַרום דער גרויסער טראַגעדיע פֿון אונדזער פֿאָלק. דער פֿילם־שטראָם האָט זיך צעגאָסן איבער דער גאַנצער וועלט; און אויפֿגערודערט דעם באַוווּסטזײַן פֿון פֿאַרשידענע פֿעלקער, וואָס האָבן בכלל ביז אַהער אַפֿילו נישט געהערט וועגן דעם באַרבאַרישן אומברענג אין די אָנהייב 1940ער יאָרן.

אין דעם זין האָט קינאָ געמאַכט אַ סך מער איידער דער שטראָם פֿון חורבן־ליטעראַטור; און אויב אין דער קינסטלערישער ליטעראַטור האָבן דאָמינירט די שרײַבער פֿונעם עלטערן דור, דאָס הייסט, דירעקטע אָדער אומדירעקטע עדות פֿונעם חורבן, האָבן אינעם קינעמאָטאָגראַף אַנטפּלעקט די טעמע סײַ פֿאַר זיך און סײַ פֿאַרן צושויער רעזשיסאָרן און סצענאַריסטן פֿונעם צווייטן דור, ווי סטיווען ספּילבערג, למשל.

די לעצטע יאָרן זעען מיר ווי קינעמאָטאָגראַפֿיסטן פֿונעם גאָר ייִנגערן דור, שוין די אייניקלעך פֿון די געראַטעוועטע, אָדער בכלל נישט קיין ייִדישע קינאָ־מײַסטערס ברענגען אַרויס נײַע פֿילמען אויף דער חורבן־טעמע, דערזען און פֿאַרטײַטשט אויף זייער אייגענעם אופֿן. און ווי עס טרעפֿט נישט זעלטן אין קונסט, בפֿרט מיט דורות שפּעטער, ווערט געשאַפֿן אַרום דעם חורבן־אמת אַ מיטאָס, וווּ דווקא דאָס אויסגעטראַכטע, צומאָל אַפֿילו, דאָס אַבסורדישע, ברענגט צום פֿאַרשטיין דעם אמת פֿון נעכטן שאַרפֿער און טיפֿער.

דעם פֿילם „געדענקען” האָבן געשאַפֿן צוויי יונגע מענטשן, דער רעזשיסאָר אַטאָם עגאָיאַן (Atom Egoyan) און דער סצענאַריסט בענדזשאַמין אַוּגוסט (Benjamin August). וואָס זשע האָט געבראַכט דעם רעזשיסאָר צו דעם סצענאַר, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן צוויי אַלטע קראַנקע ייִדן, וועלכע האָבן באַשלאָסן זיך נוקם צו זײַן אינעם נאַצי־מערדער, וועלכער האָט אומגעבראַכט זייערע משפּחות אין אוישוויץ? געבוירן אין עגיפּטן אין 1960, אין אַן אַרמענישער משפּחה, איז פֿאַר עגאָיאַן די טעמע פֿון גענאָציד געוויס נישט פֿרעמד.

אין די 1950ער יאָרן, בפֿרט צווישן די ייִדישע שרײַבער אין אַמעריקע, איז אָנגעגאַנגען אַ שאַרפֿע פּאָלעמיק, צי ס’איז מעגלעך, אַז אַ שרײַבער, וואָס האָט נישט איבערגעלעבט דעם חורבן, זאָל שרײַבן אויף אָט דער טעמע. צי האָט ער אויף דעם רעכט?! די פֿראַגע איז געבליבן אַקטועל אויך הײַנט, בפֿרט אין דער קינאָ־אינסדוסטריע, וווּ בדרך־כּלל, ווערט דער גרויסער עקראַן פֿאַרפֿלייצט מיט טעכנאָלאָגישע עפֿעקטן, וואָס פֿאַרכאַפּן און פֿאַרבלענדן מיט זייער גלאַנץ און טראַסק; וווּ “Action” אַנטוויקלט זיך אַזוי גיך, אַז עס בלײַבט נישט קיין רגע צו טראַכטן. נאָך מער: דו דאַרפֿסט נישט טראַכטן — קוק און שלינג עס אַראָפּ, צוזאַמען מיטן „פּאָפּקאָרן”…