אין יולי האָט די קראָם בײַ דער פּעטערבורגער צענטראַלער שיל, אין רוסלאַנד, אָנגעהויבן פֿאַרקויפֿן די סחורה פֿון דער פֿירמע David Roytman Luxury Judaica („ייִדישע לוקסוס־חפֿצים‟), אַרײַנגערעכנט יאַרמלקעס פֿאַר 12 טויזנט רובל, כּמעט 200 דאָלאַר. אין אַ לאַנד, וווּ אַזאַ פּרײַז איז העכער ווי אַ דריטל פֿונעם דורכשניטלעכן געהאַלט, קלינגט עס ווי אַן אַסטראָנאָמיש צעבלאָזענע סומע געלט.
דער ייִדישער געשעפֿטסמאַן דוד רויטמאַן, אַ געבוירענער אין אָדעס, וועלכער וווינט הײַנט אין ירושלים, האָט אינעם יאָר 2013 געגרינדעט זײַן פֿירמע, וואָס פֿאַרוואַנדלט געוויינטלעכע ייִדישע חפֿצים אין אַ „ברענד‟. אַ געוויסער וואַריאַנט פֿון יאַרמלקעס מיטן נאָמען 770, אויפֿן סמך פֿונעם הויפּט־שטאַב פֿון חב״ד־ליובאַוויטש אין קראַון־הײַטס, ווערט פֿאַרקויפֿט אין אַ שיין הילצערן קעסטל אַזש פֿאַר 400 דאָלאַר, און אַ זעקל פֿאַר טלית־און־תּפֿילין קאָן בײַ זײַן פֿירמע קאָסטן אַפֿילו 2,500 דאָלאַר.
רויטמאַן פֿאַרגלײַכט זײַן סחורה מיטן אויטאָ־מאָדעל „פֿעראַרי‟. ער גלייבט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט פּשוטע ביליקע יאַרמלקעס שטעקט אין זײַן פּראָדוקציע אַ „נשמה און קונסט‟. פֿאַרוואָס, טענהט ער, לייגן די פּאָרפֿעלקער זייערע כּתובות אַוועק אויף אַ פּאָליצע? אַ כּתובה, דער וויכטיקסטער לעבנס־דאָקומענט, דאַרף ליגן אין אַ ספּעציעלן קעסטל פֿאַר 950 דאָלאַר.
נישט לאַנג צוריק האָב איך דערזען בײַם דאַוונען שבת אין אַ שיל אַ רוסישן ייִד, וואָס טראָגט אַן עקסטרעם־טײַערן זייגער פֿון דער פֿירמע „ראָלעקס‟ אויף יעדער האַנט, באַצירט אויך מיט אַ גאַנצער ריי בריליאַנט־רינגען. אַן אַנדערש מאָל האָט מיך פֿאַרחידושט אַ ייִד פֿון ברײַטאָן־ביטש, דעם באַקאַנטן רוסישן קוואַרטאַל פֿון ניו־יאָרק, וואָס טראָגט אויפֿן האַלדז אַ שווערע גאָלדענע קייט. ס׳זעט אויס, אַז אַזאַ דזשימדזשיק וועגט היפּשע צוויי־דרײַ פֿונט.
די תּושבֿים פֿון ברײַטאָן־ביטש האָבן שוין לאַנג קונה־שם געווען אַ רעפּוטאַציע פֿון מענטשן, וואָס זענען נאָכן אַוועקפֿאָרן פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אַרײַנגעצויגן געוואָרן אויף אַן עקסטרעמען אופֿן אין דער אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליסטישער געברויך־געזעלשאַפֿט. געוויסע עשירים אין רוסלאַנד, וואָס פֿאָלגן דעם ברוקלינער מוסטער, זענען הײַנט גרייט צו קויפֿן די טײַערסטע ייִדישע תּכשיטים. רויטמאַנס געשעפֿט האָט זיך לעצטנס פֿאַרשפּרייט אין פּעטערבורג, מאָסקווע, ירושלים, קיִעוו, אָדעס און דניעפּראָפּעטראָווסק. אין מאָסקווע ווערט זײַן „ברענד‟ פֿאַרקויפֿט אויף 5 אַדרעסן.
אין דער אמתן, איז די זעלבע טענדענץ ברייט פֿאַרשפּרייט אויף אַנדערע אופֿנים צווישן די הײַנטיקע ייִדיש־רעדנדיקע חסידים. אַ סך חסידישע פֿרויען קויפֿן די טיכלעך פֿאַר 700-500 דאָלאַר פֿון דער פֿראַנצויזישער פֿירמע „ערמעז‟ (Hermès), הגם אַ ביליקע פֿאַטשיילע פֿון דער זעלבער אָדער בעסערער קוואַליטעט קאָן מען געפֿינען אין אַ מיטל־מיזרחדיק קרעמל פֿאַר אַ פּאָר דאָלאַר. נישט איין מאָל האָב איך שוין געהערט פֿון די אַמעריקאַנער חסידים, אַז „אַן עכטע ייִדישע טאָכטער‟ דאַרף קויפֿן אַ קלייד, צום ווייניקסטן, פֿאַר אַ טויזנטער.
אַן אַנדער גוט באַקאַנטער בײַשפּיל איז דער שטרײַמל; אין אַ סך קהילות האָט עס זיך פֿאַרוואַנדלט ממש אין אַ מיצווה, כּמעט ווי תּפֿילין, הגם אין דער אמתן איז עס אַ לוקסוס־חפֿץ, וואָס קאָסט צום ווייניקסטן 1,000 און צו מאָל — 6,000 דאָלאַר. אין מיזרח־אייראָפּע האָבן בלויז אַ קליינע צאָל גבֿירים, רבנים אָדער כּלל־טוער פֿאַרמאָגט אַ שטרײַמל. ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז אַ סך חסידישע פֿרויען טראָגן שײַטלעך, וואָס קאָסטן צומאָל נאָך טײַערער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.