ניט יעדער מענטש איז באַרופֿן צו ווערן אַן אַרכעאָלאָג. מע דאַרף האָבן דעם ריכטיקן חוש צו געפֿינען זאַכן וואָס ליגן אונטער דער ערד, און, ביז מע געפֿינט זיי, דאַרף מען האָבן געדולד — און קענען הנאה האָבן פֿונעם זוכן אַליין.
מע דאַרף שלום מאַכן מיטן פֿאַקט, אַז זוכנדיק וועט מען געוויינטלעך גאָרנישט נישט געפֿינען; אָדער מע געפֿינט עפּעס אַנדערש, ווי וואָס מע האָט געהאַט אין זינען. מע דאַרף זײַן גרייט צו נישטערן אינעם שטויב, צו טאָפּטשען אין דער בלאָטע, און צו אַרבעטן אונטער שווערע באַדינגונגען: אונטערן פֿרײַען הימל, ווען די זון ברענט ווי אַ פֿײַער, ווען עס רעגנט און מבולט ווי אין פּסוק שטייט, ווען האָריקע ווערעם און שרצים פֿון אַלע מינים קריכן איבער דער הויט. ניט יעדער פֿאַרגינט זיך אַזאַ לוקסוס!
אָבער עס זײַנען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע סאָרטן אַרכעאָלאָגן: ס׳איז דאָ דער העלדישער סאָרט, ווי אינדיאַנע דזשאָונס, וואָס גראָבט אויס אוראַלטע חורבֿות ערגעץ אין אַ הייל אין אַ מידבר: מיט די אייגענע הענט געפֿינט ער די גאָלדענע רענדלעך איבערגעדעקט מיט שטויב און פּסולות פֿון פֿאַרצײַטנס. און ס׳איז דאָ דער „פֿאָטעל־אַרכעאָלאָג‟, וואָס זיצט בײַ זיך אין דער היים און לייענט וועגן די גאָלדענע רענדלעך אין די וויסנשאַפֿטלעכע זשורנאַלן. צווישן די צוויי פּאָלוסן, העלדישקייט און פֿאָטעל, זײַנען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע מדרגות, און וואָס עלטער ווערט דער אַרכעאָלאָג, אַלץ ווייניקער העלדיש ווערט ער, געוויינטלעך.
דערצו זײַנען פֿאַראַן אַרכעאָלאָגן אַמאַטאָרן, וואָס ס׳איז בײַ זיי אַ צײַטפֿאַרטרײַב און ניט קיין פּראָפֿעסיע. געוויסע מענטשן זײַנען סתּם אַרכעאָלאָגיש פֿאַראינטערעסירטע און זיי אַבאָנירן National Geographic, למשל. עס זײַנען דאָ כּללערליי „גײַסטיקע אַרכעאָלאָגן‟, וואָס פֿאָרשן אויס ווערטער, באַגריפֿן, אידעאָלאָגיעס, פּסיכאָלאָגיע אאַז״וו.
צום סוף, איז פֿאַראַן נאָך אַ סאָרט אַרכעאָלאָג, וואָס די וועלט האָט נאָך ניט געהערט און געלייענט גענוג וועגן אים: דער, וואָס געפֿינט אוראַלטע אוצרות בײַ זיך אין דער היים. כּדי צו ווערן אַן אין־דער־היים־אַרכעאָלאָג, דאַרף מען, ערשטנס, האָבן יענעם אַרכעאָלאָגישן חוש, און, צווייטנס, דאַרף מען וווינען אין אַ היים מיט באַהאַלטענע אוצרות, וואָס וואָלטן זיך געלאָזט געפֿינען. בײַ מיר, למשל, קען איך זיך באַרימען, אַז די אין־דער־היים־אַרכעאָלאָגיע איז כּמעט געוואָרן אַ צווייטע קאַריערע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.