רביצין רבֿקה אַבראַמסאָן גיט איבער, אַז בעת איר אַנומלטיקער נסיעה קיין ניו־יאָרק איז איר באַזונדערס געפֿעלן געוואָרן דער מעטשעט אין די בראָנקס, וווּ די ליובאַוויטשער חסידים אָרגאַניזירן יעדן שבת און יום־טובֿ אַ מנין.
צוזאַמען מיט איר מאַן, הרבֿ בנימין אַבראַמסאָן, האָט זייער אָרגאַניזאַציע „אַל־צדיקין‟ געהאָלפֿן צו אָרגאַניזירן אַ קאָנפֿערענץ בײַ „אונעסקאָ‟, וועלכע איז פֿאָרגעקומען דעם 21סטן יולי אינעם ניו־יאָרקער הויפּט־שטאַב פֿון דער „יו־ען‟. צווישן די פֿאַרטרעטער איז געווען זייער מיטדענקער הרבֿ יעקבֿ כּהן, אַן אַקטיוויסט פֿון ייִדיש־מוסולמענישן צווישן־רעליגיעזן דיאַלאָג.
ווען מע קוקט אויף דער וועבזײַט Alsadiqin.org, קאָן זיך צוערשט שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז די אָרגאַניזאַציע איז אַ מוסולמענישע, ווײַל די וועבזײַט איז באַצירט מיט בילדער פֿון מעטשעטן און פֿראַזעס פֿונעם קאָראַן. אין דער אמתן, איז בנימין (בען) אַבראַמסאָן אַ חסידישער רבֿ, וועלכער האָפֿט צונויפֿצוברענגען ייִדן און מוסולמענער דורך קאָנקרעטע בײַשפּילן פֿון ענלעכקייטן און היסטאָרישע פֿאַרבינדונגען צווישן די צוויי רעליגיעזע טראַדיציעס. דער עצם־נאָמען פֿון דער אָרגאַניזאַציע דעמאָנסטרירט די קאָנצעפּציע; דאָס וואָרט „צדיקים‟ אָדער „צדיקין‟ האָט אויף לשון־קודש, לשון־תּרגום און אַראַביש פֿאַקטיש דעם זעלבן באַדײַט.
דאָס אַמעריקאַנער פּאָרפֿאָלק האָט זיך באַזעצט מיט 17 יאָר צוריק אין ארץ־ישׂראל און וווינט נישט ווײַט פֿון בני־ברק. דער רבֿ אַרבעט ווי אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַמיסט, און די רביצין — ווי אַ קראַנקן־שוועסטער. בערך מיט 10 יאָר צוריק איז פֿאַר בנימינס אויגן אויסגעבראָכן אַ טעראָר־אַטאַק; צום גליק, האָט ער נישט געליטן. נאָכן דאָזיקן אינצידענט האָט ער זיך פֿאַראינטערעסירט מיט איסלאַמישע שטודיעס, כּדי צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי געוויסע גלייביקע פּאַרשוינען ווערן טעראָריסטן. אין גיכן האָט ער פֿאַר זיך אַנטדעקט, אַז דער נאָרמאַטיווער איסלאַם האָט גאָרנישט צו טאָן מיט טעראָריזם; דערצו, איז די מוסולמענישע טראַדיציע אויף יעדן שריט און טריט דורכגעזאַפּט מיט בפֿירושע פֿאַרבינדונגען מיט דער טראַדיציאָנעלער פֿרומער ייִדישקייט.
דאָס פּאָרפֿאָלק פֿאַרנעמט זיך שוין עטלעכע יאָר מיט זייער סאָלידאַריטעט־טעטיקייט. באַזונדערס אינטערעסאַנט זענען אַבראַמסאָנס פֿאָרשונגען, וואָס ווײַזן ביז איצט אומבאַקאַנטע און צומאָל גאַנץ חידושדיקע מאָמענטן. למשל, לויט זײַנע חשבונות באַקומט זיך, אַז מוכאַמאַדס אייניקל כוסיין איז דערמאָרדעט געוואָרן יום־כּיפּור. די שיִיִטן מערקן אָפּ כוסיינס יאָרצײַט מיטן פֿאַסטן און תּשובֿה־טאָן. זיי האַלטן, אַז דעם דאָזיקן טאָג טאָר מען נישט טאָן קיין מלאָכה. אַבראַמסאָן גלייבט, אַז דאָס האָט אַ היסטאָריש שײַכות צום הייליקסטן טאָג אינעם ייִדישן לוח.
לעצטנס, האָט אַבראַמסאָנס טעטיקייט צוגעצויגן אַ ממשותדיקן אויפֿמערק צווישן טויזנטער מוסולמענער. אינעם יאָר 2014 האָט דאָס פּאָרפֿאָלק אַרויסגעגעבן אַ בוך וועגן זייער סימפּאַטישער באַציִונג צו איסלאַם. די רביצין האָט געזאָגט, אַז שוין מער ווי 20,000 מענטשן אינטערעסירן זיך מיט זייערע פֿאָרשונגען און אונטערנעמונגען. מיט עטלעכע חדשים צוריק האָבן זיי באַזוכט טערקײַ און עגיפּטן, און האָבן זיך דאָרטן געטראָפֿן מיט באַקאַנטע מוסולמענישע גײַסטיקע מנהיגים.
איך בין געווויר געוואָרן וועגן אַבראַמסאָנס טעטיקייט בעת אַ שמועס מיט אַ מוסולמענישן באַקאַנטן. נישט לאַנג צוריק האָט די רביצין פֿאַרעפֿנטלעכט אַרטיקלען אין דער ניו־יאָרקער צײַטונג „דזשויִש פּרעס‟ און אויפֿן ישׂראלדיקן „זיבעטן קאַנאַל‟ („ערוץ 7‟). ביידע אינפֿאָרמאַציע־קוואַלן האָבן אַ רעפּוטאַציע ווי שטאַרק רעכטע און ממילא אַנטי־מוסולמענישע. נישט געקוקט אויף דעם, האָבן אַ טייל לייענער זיך פּאָזיטיוו אָפּגערופֿן.
הרבֿ אַבראַמסאָן באַגרינדט זײַנע פּאָזיציעס אויף אַ צאָל גוט־באַקאַנטע קלאַסישע ייִדישע מקורים. למשל, צוליב דעם הסכּם מיט דער ייִדישער אמונה מעג אַ ייִד דאַוונען אין אַ מעטשעט; הרבֿ מאיר קאַבאַקאָוו, דער דערמאָנטער יונגער חב״ד־שליח, טוט אַזוי אין זײַן שיל „בית־מנחם‟, וואָס געפֿינט זיך אינעם בראָנקסער „מאַסדזשיד אַל־אימאַן‟, אָנגעפֿירט דורכן אַפֿריקאַנער שייך מוסאַ דראַמע.
אויפֿן סמך פֿונעם איטאַליענישן רבֿ אליהו בן־אמוזג, באַטאָנט דער רבֿ, אַז איסלאַם איז אַ כּשרע און בכּבֿודיקע רעליגיע פֿאַר די בני־נח. אַזוי ווי בן־אמוזג, וועלכער האָט זיך אָבער מער פֿאָקוסירט אויף פּראָ־קריסטלעכע ענינים, ציטירט אַבראַמסאָן כּסדר דעם קאָראַן און אַנדערע מוסולמענישע טעקסטן. די רביצין האָט מיר דערציילט אַ פּראַקטישן בײַשפּיל פֿון ייִדיש־מוסולמענישער קאָאָפּעראַציע: אַהרן חמוי, אַ ספֿרדישער רבֿ אין באָסטאָן, האָט געגעבן אַן אָרטיקן שאַריאַט־מומחה אַן עצה, ווי אַזוי מע קאָן מבֿטל צו זײַן אַ מוסולמענישן גט. אַחוץ שלום־בית, קאָן אַזאַ קאָאָפּעראַציע ברענגען אַ סך אַנדערע גוטע רעזולטאַטן.
דער געדאַנק צו שאַפֿן אַ וועלט, וווּ די ייִדישע הלכה זאָל הערשן האַנט בײַ האַנט מיטן שאַריאַט, איז בעצם זייער אַ קאָנסערוואַטיווער. אין אַ געוויסער מאָס שטימט אָבער אַזאַ מהלך־המחשבֿה מיטן אומנאַציאָנאַליסטישן צוגאַנג, לויט וועלכן אַנשטאָט צוויי באַזונדערע מלוכות אין ארץ־ישׂראל איז בעסער צו שאַפֿן אַ פֿאַראייניקטע ייִדיש־פּאַלעסטינער געזעלשאַפֿט. געוויינטלעך ווערן בי־נאַציאָנאַליסטישע דעות אַסאָציִיִרט מיט ראַדיקאַל לינקע באַוועגונגען. לויט אַבראַמסאָנס טעאָריע קאָן דווקא רעליגיע דינען ווי אַ יסוד פֿון אַ מין קאָנסערוואַטיוון אינטערנאַציאָנאַליזם. „ס׳וואָלט געווען בעסער ווען פּאַלעסטינע און ישׂראל פֿאָלגן דעם מוסטער פֿון ניו־יאָרק און ניו־דזשערזי — איין פֿעדעראַציע‟, האָט די רביצין דערקלערט דעם געדאַנק מיט פּשוטע ווערטער.
דאָס פּאָרפֿאָלק קאָאָפּערירט אַקטיוו מיט אַ ריי אַנדערע פֿרומע אָרגאַניזאַציעס און יחידים, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט עטלעכע מינים טעטיקייט. אין די לעצטע יאָרן זענען אויפֿגעקומען אַ ריי אַזעלכע גרופּעס. איינער פֿון זייערע שותּפֿים, צבֿי ווײַסמאַן, איז אַן אַמעריקאַנער בראַצלעווער חסיד, וועלכער איז געוואָרן אַ בעל־תּשובֿה נאָך גײַסטיקע זוכענישן אין אינדיע; אַ מוסולמענישער חבֿר האָט אים דאָרטן געגעבן אַן עצה צו לערנען קבלה און חסידות אַנשטאָט הינדויִזם. צווישן אַנדערע גרופּעס קאָאָפּערירט דאָס פּאָרפֿאָלק מיט דער ייִדיש־מוסולמענישער שוועסטערשאַפֿט „סאַלאַם־שלום‟, און מיט יהודה סטאָלאָוו — דער גרינדער פֿון דער „אַסאָציאַציע פֿון צווישן־רעליגיעזע טרעפֿונגען‟ (IEA).
הרבֿ אַבראַמסאָן גלייבט נישט אין וועלטלעכע הומאַניסטישע ווערטן. לויט זײַן מיינונג, קאָן בלויז רעליגיע ראַטעווען די וועלט. צי קאָן אַזאַ קאָנסערוואַטיווער צוגאַנג פֿאַראייניקן מענטשן, בפֿרט צוויי אַזעלכע צעקריגטע גרופּעס, ווי ייִדן און מוסולמענער? צווישן־רעליגיעזע פֿאָרשונגען און אונטערנעמונגען פֿאָדערן דאָך אַן אָפֿענעם קוק אויף דער אַרומיקער וועלט און פּאָרן זיך שווער מיט קאָנסערוואַטיזם. אַזוי צי אַזוי, זעט אַבראַמסאָנס טעטיקייט אויס גאַנץ דערפֿרישנדיק און האָט זיכער אַ חנעוודיקן אידעאַליסטישן טעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.