רביצין רבֿקה אַבראַמסאָן גיט איבער, אַז בעת איר אַנומלטיקער נסיעה קיין ניו־יאָרק איז איר באַזונדערס געפֿעלן געוואָרן דער מעטשעט אין די בראָנקס, וווּ די ליובאַוויטשער חסידים אָרגאַניזירן יעדן שבת און יום־טובֿ אַ מנין.
צוזאַמען מיט איר מאַן, הרבֿ בנימין אַבראַמסאָן, האָט זייער אָרגאַניזאַציע „אַל־צדיקין‟ געהאָלפֿן צו אָרגאַניזירן אַ קאָנפֿערענץ בײַ „אונעסקאָ‟, וועלכע איז פֿאָרגעקומען דעם 21סטן יולי אינעם ניו־יאָרקער הויפּט־שטאַב פֿון דער „יו־ען‟. צווישן די פֿאַרטרעטער איז געווען זייער מיטדענקער הרבֿ יעקבֿ כּהן, אַן אַקטיוויסט פֿון ייִדיש־מוסולמענישן צווישן־רעליגיעזן דיאַלאָג.
ווען מע קוקט אויף דער וועבזײַט Alsadiqin.org, קאָן זיך צוערשט שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז די אָרגאַניזאַציע איז אַ מוסולמענישע, ווײַל די וועבזײַט איז באַצירט מיט בילדער פֿון מעטשעטן און פֿראַזעס פֿונעם קאָראַן. אין דער אמתן, איז בנימין (בען) אַבראַמסאָן אַ חסידישער רבֿ, וועלכער האָפֿט צונויפֿצוברענגען ייִדן און מוסולמענער דורך קאָנקרעטע בײַשפּילן פֿון ענלעכקייטן און היסטאָרישע פֿאַרבינדונגען צווישן די צוויי רעליגיעזע טראַדיציעס. דער עצם־נאָמען פֿון דער אָרגאַניזאַציע דעמאָנסטרירט די קאָנצעפּציע; דאָס וואָרט „צדיקים‟ אָדער „צדיקין‟ האָט אויף לשון־קודש, לשון־תּרגום און אַראַביש פֿאַקטיש דעם זעלבן באַדײַט.
דאָס אַמעריקאַנער פּאָרפֿאָלק האָט זיך באַזעצט מיט 17 יאָר צוריק אין ארץ־ישׂראל און וווינט נישט ווײַט פֿון בני־ברק. דער רבֿ אַרבעט ווי אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַמיסט, און די רביצין — ווי אַ קראַנקן־שוועסטער. בערך מיט 10 יאָר צוריק איז פֿאַר בנימינס אויגן אויסגעבראָכן אַ טעראָר־אַטאַק; צום גליק, האָט ער נישט געליטן. נאָכן דאָזיקן אינצידענט האָט ער זיך פֿאַראינטערעסירט מיט איסלאַמישע שטודיעס, כּדי צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי געוויסע גלייביקע פּאַרשוינען ווערן טעראָריסטן. אין גיכן האָט ער פֿאַר זיך אַנטדעקט, אַז דער נאָרמאַטיווער איסלאַם האָט גאָרנישט צו טאָן מיט טעראָריזם; דערצו, איז די מוסולמענישע טראַדיציע אויף יעדן שריט און טריט דורכגעזאַפּט מיט בפֿירושע פֿאַרבינדונגען מיט דער טראַדיציאָנעלער פֿרומער ייִדישקייט.
דאָס פּאָרפֿאָלק פֿאַרנעמט זיך שוין עטלעכע יאָר מיט זייער סאָלידאַריטעט־טעטיקייט. באַזונדערס אינטערעסאַנט זענען אַבראַמסאָנס פֿאָרשונגען, וואָס ווײַזן ביז איצט אומבאַקאַנטע און צומאָל גאַנץ חידושדיקע מאָמענטן. למשל, לויט זײַנע חשבונות באַקומט זיך, אַז מוכאַמאַדס אייניקל כוסיין איז דערמאָרדעט געוואָרן יום־כּיפּור. די שיִיִטן מערקן אָפּ כוסיינס יאָרצײַט מיטן פֿאַסטן און תּשובֿה־טאָן. זיי האַלטן, אַז דעם דאָזיקן טאָג טאָר מען נישט טאָן קיין מלאָכה. אַבראַמסאָן גלייבט, אַז דאָס האָט אַ היסטאָריש שײַכות צום הייליקסטן טאָג אינעם ייִדישן לוח.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.