„אלה הדבֿרים‟, דאָס זענען די זאַכן, וואָס משה רבינו האָט געזאָגט דעם ייִדישן פֿאָלק צווישן געוויסע ערטער אינעם מידבר. רש״י דערקלערט, אַז די מיטסטעריעזע פּלעצער, וואָס זענען דערמאָנט בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, זענען מרמז אויף די עבֿירות, וואָס ייִדן זענען באַגאַנגען אויף זייער לאַנגן וואַנדער־וועג פֿון מצרים קיין ארץ־ישׂראל.
מיט הונדערטער יאָר פֿאַר רש״י, דערקלערט דעם זעלבן ענין אונקלוס אין זײַן תּרגום. ער זאָגט, אַז דאָס אָרט „די זהבֿ‟ איז מרמז אויפֿן חטא פֿונעם גאָלדענעם קאַלב. ווי ס׳איז באַקאַנט, שטעלן מיט זיך פֿאָר די תּרגומים נישט איבערזעצונגען וואָרט נאָך וואָרט, נאָר אייגנאַרטיקע פּאַראַפֿראַזן. אין אונדזער טראַדיציע שטייען די תּרגומים אויף דער זעלבער מדרגה, ווי דבֿרי־חז״ל.
אַזוי צי אַזוי, שיידט זיך אונטער דער גאַנצער חומש „דבֿרים‟ פֿון די אַנדערע תּורה־טיילן מיט זײַן פּערזענלעכן כאַראַקטער. רעדנדיק אינעם דריטן פּערזאָן, טאַלדט משה רבינו זײַן פֿאָלק פֿאַר פֿאַרשיידענע עבֿירות. „דבֿרים‟ איז באַקאַנט ווי „משנה תּורה‟, משה רבינוס אייגענע איבערחזרונג פֿון דער תּורה. דער רמב״ם האַלט, אַז דער אייבערשטער האָט דיקטירט די גאַנצע תּורה, פֿון אָנהייב ביזן סוף, און משה האָט פּשוט קאָפּירט דעם געטלעכן טעקסט. אַנדערש, לויט רמב״ם, איז אַפּיקורסיש צו טראַכטן. להיפּוך, שטייט געשריבן אינעם „זוהר‟, אַז משה האָט אַליין אָנגעשריבן דעם חומש „דבֿרים‟; דער באַשעפֿער האָט אָבער גוטגעהייסן דעם טעקסט. אונדזער גרעסטער נבֿיא האָט דערגרייכט די העכסטע מדרגה פֿון דבֿקות און די הייליקע שכינה האָט גערעדט דורך משהס מויל, דערפֿאַר זענען זײַנע „אייגענע‟ ווערטער געווען געטלעכע אַנטפּלעקונגען. עס באַקומט זיך, אַז אינעם פֿאַל משה רבינו, איז בטל געוואָרן דער עצם־חילוק צווישן מענטשלעכע און געטלעכע ווערטער.
אַזוי צי אַזוי, שטעקט אינעם לעצטן חלק פֿון דער תּורה אַ טיפֿער פּאַראַדאָקס. דער בעל־שם־טובֿ האָט געזאָגט, אַז אַפֿילו ווען אַ בלאַט פֿאַלט פֿון אַ בוים, איז עס אַ טייל פֿונעם אייבערשטנס וועלט־באַשאַף. גאָרנישט איז צופֿעליק, און אַלץ ווערט געפֿירט דורכן געטלעכן פּלאַן פֿון מעשׂה־בראשית. „אין עוד מלבֿדו‟ — די גאַנצע וועלט איז אַן אַנטפּלעקונג פֿונעם באַשעפֿער און האָט נישט קיין עקזיסטענץ פֿאַר זיך. דער באַקאַנטער ליובאַוויטשער רבֿ און היסטאָריקער עמנואל שוחט באַמערקט אין זײַן בוך וועגן דעם מעזשריטשער מגיד, אַז דער חילוק צווישן תּורת־החסידות און ברוך שפּינאָזעס פֿילאָסאָפֿיע באַשטייט אין דעם, וואָס שפּינאָזע האָט געשטעלט דעם טראָפּ אויף גשמיות און פֿאַקטיש געשאַפֿן אַ מאַטעריאַליסטישע פֿילאָסאָפֿישע שיטה. הגם שפּינאָזע האָט געשעפּט אַ סך געדאַנקען פֿון קבלה, האָט ער געגלייבט, אַז געטלעכקייט איז, חלילה, בלויז די סומע פֿון נאַטירלעכע גשמיותדיקע פּראָצעסן.
להיפּוך, האָט דער בעל־שם־טובֿ דערקלערט, אַז גשמיות איז אַן אילוזיע. דאָס מענטשלעכע באַוווּסטזײַן איז בעצם געטלעך און אַפֿילו די פֿינצטערסטע אַספּעקטן פֿונעם וועזן זענען אַנטפּלעקונגען פֿון געטלעכקייט. ווען דער באַשעפֿער באַהאַלט זײַן פּנים פֿון אונדז, בלײַבט ער בנימצא אַפֿילו אין די סאַמע טונקעלע ווינקלען פֿון דער וועלט.
אונדזער פּרשה הייבט זיך אָן מיט משה רבינוס טאַדלען די ייִדן. אויפֿן סמ״ך פֿון דבֿרי־חז״ל, דערקלערט רש״י, אַז אַ טייל ייִדן האָבן געשאַפֿן דעם גאָלדענעם קאַלב, ווײַל זיי האָבן געהאַט צופֿיל גאָלד. מאַטעריאַליסטישע תּאוות זענען סכּנותדיק און קאָנען דערפֿירן דעם מענטש צו אַן עכטער עבֿודה־זרה. פֿונדעסטוועגן, אויב אַלץ אין דער וועלט, אַרײַנגערעכנט משה רבינוס קריטישע ווערטער, איז בעצם אַ געטלעכע אַנטפּלעקונג, מוז אַפֿילו אינעם גאָלדענעם קעלבל שטעקן אַ געטלעך פֿינקל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.